top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מדושינסקיא טרעט אויף אלס גאסט רעדנער ביי גרויסע אסיפת חינוך 'והגדת לבנך' פאר כלל חסידי באיאן

דינסטאג פ' אמור • ו' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם זונטאג נאכט פ' קדושים איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א ערשינען אין שטאט ביתר ע"פ בקשתו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועלעכע האט פערזענדליך פארבעטן פונעם רבי'ן שליט"א צו אויפטרעטן ביי די גרויסע כינוס 'והגדת לבנך' אויף הדרכה בעניני חינוך פאר כלל חסידי באיאן פון ארום גאנץ ארץ ישראל וואס איז פארגעקומען אין די שטאטישע אודיטאריום אין ביתר.


גאר א גרויסע ציבור האט זיך צוזאמגעזאמעלט צו הערן די דבר השם ברמה פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס פקיע שמיה אלס א יחיד מומחה אין עניני חינוך דינענדיג אלס ראש ישיבת דושינסקיא פאר קרוב צו פופציג יאר און די רבי שליט"א זעלבסט איז ביז היינט די ראש ישיבה פאר די עלטערע בחורים אין ישיבה גבוהה דושינסקיא ווי די רבי שליט"א איז עומד עליה כמלאך האומר גדל.


ביי די גרויסע מעמד האט די רבי שליט"א צווישן די פייערדיגע דיבורים און עצות בעניני חינוך - דערמאנט איבער די עת צרה וואס אידן אין ארץ ישראל געפינען זיך און אזוי אויך האט די רבי שליט"א ערווענט די כח המשלח, כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס האט פאררופן די כינוס פאר כלל חסידיו, ארומרעדענדיגע בשבח פון די קהלה קדושה באיאן המעטירה און די זכיה זיך צו מסתופף זיין בצל כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וואס איז פון  די מנהיגי הדור, די רבי שליט"א האט ווארעמהארציג מאציל געווען ברכתו פארן באיאנער רבי'ן שליט"א אז ער זאל ווייטער האבן די כוחות און די סייעתא דשמיא צו פירן די עדה הקדושה על מי מנוחות.


















Comentarios


bottom of page