ויעקב הלך לדרכו: מאסן באגלייטן למנוחות כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק זצ"ל ביי לוי' אין בארא פארק
- בחצרות הקודש

- 19 במאי 2024
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 21 במאי 2024
זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ארי' פריינד און אברמי ווייס
מיט פארווייטאגטע געמיטער האבן מאסן אידן באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, חסיד ועניו, כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק, הגה"צ הישיש רבי יעקב שלמה קלוגהויפט זצ"ל, מחשובי זקני רבני עיר בארא פארק, וועלכער איז נסתלק געווארן לשמי מרום בליל שב"ק אין הויכן עלטער פון פיר און ניינציג יאר, וכיון ששבת וי אבדה נפש.
פילע הונדערטער חסידים ומעריצים ובני המשפחה האבן זיך משתתף געווען ביי די מסע הלוי' וואס איז ארויס היינט זונטאג פארמיטאג פונעם באיאנער קלויז אין בארא פארק, וואו דער רבי פלעגט אפרעכטן זיינע געהויבענע תפלות בחיים חיותו, זייענדיג מפאר דעם פני המזרח און מאציל געווען מהודו אויף אלע מתפללים, און האט געדינט דארט אלס בעל מקריא אין די ימים נוראים.
עס האבן מספיד געווען הגה"צ אב"ד ראדמישלא בארא פארק שליט"א, הרה"ג ר' משה פנחס אייכלער שליט"א זון פון הגה"צ אב"ד באיאן ב"פ זצ"ל, און שפעטער די קינדער, בנו הגדול הרה"צ רבי דוד לייב קלוגהופט שליט"א מסטרעליסק, חדב"ן פון הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל, זיין איידעם הגה"צ רבי פנחס שלום ראטענבערג שליט"א מקאסאני, זיין איידעם הגה"צ רבי פסח שלום גרינבערג שליט"א, א פלומעניק הרה"צ רבי נחמן יוסף טווערסקי שליט"א, און דער פלומעניק כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א.
ביי די לוי' האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם רבנים, און עס האט זיך באזונדער אנגעזען כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וועלכער האט זיך מטריח געווען צו קומען צו פארן פון וויליאמסבורג אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר'ן שוואגער דער סטרעליסקער רבי זצ"ל, דעם רבי'נס איידעמער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואוד שליט"א וועלכער איז געקומען אין באגלייטונג פון א שיינעם ציבור חסידים, און כ"ק אדמו"ר מאסטנוב שליט"א.
אויך האבן זיך אנגעזען האדמורי"ם מבאבוב 45, ראחמיסטריווקא, סקולען, טשערנאביל, וויזשניץ בארא פארק, וויזשניץ ירושלים, סקולען וויליאמסבורג, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, ראחמיסטריווקא אוקענוויין, ראחמיסטריווקא ספרינג וואלי, סקווירא מאנסי, מאשלוי, אונגוואר, קאליש, קאסאן לעיקוואד, חוסט, גאב"ד מעזיבוש, גאב"ד טענקא, אב"ד באיאן ארה"ב, דומ"ץ סאטמאר ב"פ, אב"ד נעפלימיץ, און נאך פילע רבנים. נאך די הספדים האט מען באגלייט די מטה עטליכע גאסן, אויפ'ן וועג צום לופטפעלד, וואו די לוי' וועט מארגן ארויסגיין אין ארץ ישראל.
דער רבי זצ"ל איז געווען א דמות דיוקן פון א פארצייטישער בנן של קדושים מגזע אראלים ותרשישים, זייענדיג בנו יחידו פון זיין פאטער הגה"צ רבי לוי יצחק קלוגהויפט זצ"ל אדמו"ר מסטרעליסק, וואס האט געוואוינט אין לאנדאן, און געצויגן דעם שיינעם יחוס צו מערערע צדיקים ושרפי מעלה אבות החסידות, ובפרט צו צדיקי בית סטרעליסק, ולמעב"ק.
דער רבי איז געבוירן אין דער אלטער היים, אין די שטאט וויען עסטרייך, וואו ער איז נתגדל געווארן צווישן די אמאליגע חסידים של מעלה, און נאך געהאט די זכי' צו זען די פריערדיגע צדיקים, ליידער זענען אבער זיינע געהויבענע קינדער יארן איבערגעריסן געווארן מיט די ביטערע מלחמה יארן, וואס ער האט איבערגעלעבט מיט א קייט נסים ונפלאות אלס אוד מוצל מאש, ווערנדיג געראטעוועט דורכ'ן טראנספארט פון "דאקטאר שאהנפעלד", וואס ער מיט זיין פאטער זענען געווען צווישן די 200 רבנים אויפ'ן טראנספארט, און איז עווענטועל אנגעקומען קיין לאנדאן, וואו דער רבי זצ"ל האט זיך אריינגעווארפן בתורה ועבודה און געשטיגן לגאון ולתפארת.
כשהגיע לפרקו האט דער רבי חתונה געהאט דארט אין לאנדאן מיט זיין חשוב'ע רביצין, הרבנית הצדיקת טאכטער פון הגה"ח רבי מנחם מענדל שעכטער ז"ל פון ירושלים, וועלכער איז בשנים קדמוניות געווען א פערזענליכער חברותא מיט הרה"ק מריבניץ זי"ע.
אין די שפעטערע יארן האט זיך דער רבי זצ"ל געצויגן קיין שטאט בארא פארק, וואו ער האט ממשיך געווען מיט זיין געהויבענע עבודה בתורה ויראה, זייענדיג א ת"ח עצום ובקי בכל מכמני תורה, אלעס בהצנע לכת וענוה יתירה, און קיינמאל נישט געמאכט קיין עסק פון זיך, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי'. עד זקנה ושיבה האט דער רבי ממשיך געווען מיט די עבוה"ק, ביז דעם פרייטאג צונאכטס נאך קידוש, ווען דער רבי האט נאך געמאכט קידוש אינאיינעם מיט די בני המשפחה, און שפעטער ביינאכט האט ער געבעטן נאך א גלאז וואסער, און פלוצלונג מחזיר געווען נשמתו ליוצרה אין א בחינה פון מיתת נשוקה.
דער רבי לאזט איבער א דור ישרים, בנין וחתנין ורבנן, כולם אהובים וברורים, בנו בכורו הרה"צ ר' דוד לייב קלוגהופט שליט"א מסטרעליסק, חתן הרה"ק מסקולען זי"ע, בנו הרה"צ ר' אפרים מרדכי קלוגהופט שליט"א, בנו הרה"צ ר' יחיאל מיכל קלוגהופט שליט"א, און הרה"צ ר' חיים מאיר קלוגהופט שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד מעזיבוזש שליט"א, די איידימער: כ"ק האדמו"ר מראחמיסטרוויקא לעיקוואד שליט"א, כ"ק האדמו"ר מסאטינוב שליט"א, הרה"צ ר' פנחס שלום ראטטענבערג שליט"א מקאסאני, און הרה"צ ר' שלום פסח גרינבערג בן הגה"צ אבד"ק פאליענא שליט"א.
יהא זכרו ברוך.


















































תגובות