top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מכתב הבהרה דורך האד' מתורת חכם איבער פאלשע שמועות בשמו בנוגע תקיעת שופר אום ראש השנה שחל להיות בשבת

  • לפני 12 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' האזינו • כ"ד אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

א שארפע מכתב הבהרה איז אין די טעג ערשינען דורך הגה"צ המפורסם רבי איטשע מאיר מארגענשטערן שליט"א האדמו"ר מתורת חכם, ווי דער רבי שליט"א ווענדט אפ די פאלשע שמועות פורחות וואס האבן זיך ארומגעדרייט בשמו, כאילו דער רבי האט אפגעלערנט אז היי יאר ראש השנה שחל להיות בשבת, זאל מען מעגן בלאזן שופר אין ירושלים עיה"ק.


דער אומבאגרינדעטע שמועות מ'כלומר'שט אין נאמען פונעם רבי'ן שליט"א האט זיך געשאפן, פון א טיפזיניגע שיעור וואס דער רבי שליט"א האט פארגעלערנט פאריגע וואך אין די סוגיא פון "ראש השנה שחל להיות בשבת במקדש היו תוקעין", ווי דער רבי האט כדרכו מלבן געווען די סוגיא בפלפולא דאורייתא אנגעהויבן פון די שיטת הגמרא אריין אין די פסקי השולחן ערוך נאכגעפאלגט די דברי הראשונים והאחרונים וכל המסתעף בו, ווען צווישן די אלע שיטות האט דער רבי אויסגעשמועסט עטליכע דיעות יחידאות צווישן די פוסקים וועלכע האלטן אז אפילו בזמן הזה איז אויך דא געוויסע מהלכים וויאזוי מען זאל קענען מקיים זיין מצות תקיעת שופר אין ירושלים עיה"ק כזמן המקדש, אבער ווי פארשטענדליך איז דאס בלויז געווען אויסצושמועסן אלע צדדים אין הלכה לכאן ולכאן, און נישט אליבא דהילכתא כנגד דעת רוב הפוסקים.


ווי נאר דער רבי שליט"א האט געהערט איבער די שמועה פורחות אז מאנכע ווילן ארויסלערנען פון זיינע ווערטער אז מען זאל מעגן בלאזן שופר ראש השנה שחל להיות בשבת אין ירושלים עיה"ק, האט  דער רבי דעם פארגאנגענעם ערב שבת קודש פרשת נצבים וילך ארויסגעגעבן א שארפע מכתב הבהרה, אז די אלע שמועות זענען פאלש און דאס איז חלילה נישט זיין מיינונג צו גיין נגד דעת הסכמת רוב הפוסקים, ווי דער רבי שרייבט מיטן לשון "והנני לגלות דעתי כי לא תכון ידי עמו בזה הואיל והסכמת רוב הפוסקים ראשונים ואחרונים שאסור להקל בזה".  


דער רבי פירט אויס מיט ברכות לרוב אז מען זאל זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה און שנת גאולה וישועה, און שרייבט אונטער בחתימת יד קדשו.



תגובות


bottom of page