האד' מתולדות אברהם יצחק פוקד געוועהן ציון רבו הרה"ק האמרי חיים מוויז'ניץ זי"ע אלס השלמה צום יארצייט
- בחצרות הקודש

- 8 במאי 2024
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' קדושים • ל' ניסן ראש חודש אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א איז נעכטן נאכמיטאג אנגעקומען צום שטאט בני ברק וואו די רבי האט פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון רבו מובהק הרה"ק בעל 'אמרי חיים' מוויז'ניץ זי"ע אלס השלמה פון די יומא דהילולא קדישא וואס איז אויסגעפאלן ט' ניסן. די רבי שליט"א האט מתפלל געוועהן און געזאגט תהילים מיט גרויס בכיות זיצנדיג אין קאר ביים מתחם כהנים, און דאן גענימען קוויטלעך פון די חסידים להיפקד בדבר ישועה ורחמים. פון דארט איז די רבי שליט''א ארויסגעפארן קיין בית שמש וואו די רבי שליט''א וועט וויילן אויף אפרוה ביז נאך ל"ג בעומר בקרב חסידיו אין שטאט.




















תגובות