top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וצדיקים ישמחו • גרויסארטיגע רבי'שע חתונה בחצר הקודש טאלנא | ברייטע דעקונג

מונטאג פ' חיי שרה • כ"ב חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעלעבט לאנגע שעות פון שמחה והתרוממות ביים שמחת החתונה פון די כלה בת קדושים א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א פון אשדוד איידעם פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג אליקים שרגא שפירא שליט"א ר"ם בישיבת שערי תורה אין ירושלים, זון פון הנגיד החסיד ר' יצחק שפירא שליט"א פון לאנדאן, וואס איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס שמחה וצהלה ובמקהלות עם רב אינעם גרויסן מחנובקא בעלזא ביהמ''ד אין בני ברק.


ביים מעמד קבלת פנים איז איבערגעגעבן געווארן פארן רבי'ן שליט"א די אבי הכלה פארשידענע חפצי קודש פון די צדיקים הקודמים וואס איז געשיקט געווארן דורך נגידים חשובים חסידי ואוהדי טאלנא פון אמעריקא אין אייראפע וואס האבן נישט געקענט אנקומען צו די חתונה צוליב די מצב אין ארץ הקודש, און האבן געשיקט די היסטארישע חפצים להעלות זכרונם לטובה בעידן רעווא.


נאכן קבלת פנים איז מען ארויס צום חופה תחת כיפת השמים, א גרויס התעוררות האט געהערשט ווען מען האט געזינגען די ניגוני קודש, די חופה ניגון לבית טאלנא, די תנועה פונעם הייליגן רוזינער און נאך. דאן האט די זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א פארגעזאגט שיר המעלות פסוק בפסוק מעורר זיין רחמי שמים בזכות האבות הקדושים למען אחינו בני ישראל הנתונים בארץ ושביה לאור המצב הנורא השורר בארצינו הקדושה.


מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א, קריאת הכתובה די פעטער הרה"צ ר' ישעי' דוד מלכיאל אדמו"ר מטאלנא בית שמש, ברכות ראשונות די זיידע הנגיד החסיד ר' יצחק שפירא, הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט''א, די זיידע פון חתן הרב רבי יצחק אייזיק וואלדאסקי, הרב ר' לייבל וויינבערג בן כ''ק האד' מטאלנא זצ''ל, און ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט''א, נאכן חופה האבן זיך די אדמורי"ם שליט"א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים.


אנהייב פונעם חתונה איז כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א ערשינען אינעם זאל אין געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה און א באזונדערע ריקוד מיט שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א.

אין לויף פון די חתונה האבן באשיינט די שמחת בית צדיקים פילע אדמורי"ם ורבנים וועלכע זענען געקומען וואונטשן ברכת מזל טוב פאר די געהויבענע מחותנים און זיידעס און פאר'ן מחותן דער רבי שליט"א, צווישן זיי האדמורי"ם מצאנז, סאדיגורא, פיטסבורג, זוועהיל, סאדיגורא ירושלים, שומרי אמונים, ברעזאן, האדמורי"ם לבית ביאלא, כ"ק גאב"ד מאקאווא, אין נאך.


נאכן בענטשן איז פארגעקומען א ספעציעלע קאזאקן טאנץ לכבוד די שמחה, און דאן האט מען צוגעטראטן צום מעמד המצווה טאנץ וואס איז געווארן מיטגעהאלטן דורך פילע חסידים וידידים, שעפנדיג הויפענעס ישועות וואס איז מסוגל אין א צייט פון א שמחה בבית צדיקים.


עס זענען געטאנצן די חשובע זיידעס און מחותנים און דאן האט בדחנא דמלכא ר' מענדל יאקאב אויפגערופן די געהויבענע אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א און מאריך געווען בדברי חרוזין דערמאנענדיג די גרויס דבקות פון רבי'ן שליט"א צו זקינו הרה"ק מטאלנא זי"ע און כמים פנים אל פנים די אהבה און חיבה יתירה וואס ער האט ארויסגעוויזן פארן רבי'ן שליט''א, נאכן רבינס מצוה טאנץ האט זיך די רבי שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד מיט כ''ק האדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט''א בעל האכסניא פון די שמחה.























































Comments


bottom of page