top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רירנדע דברי חיזוק פון האד' מסאסוב ביי ספעציעלער מעמד פאר אלמנים דורך פריש געגרינדעטע ארגון 'אלומים'

דינסטאג פ' מצורע • ח' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר‎


א אייגנארטיגע מעמד איז פארגעקומען די וואך אלס הכנה דרבה צו די בעפארשטייענדע פסח טעג, מיט חיזוק און הדרכה פאר יונגעלייט וואס דארפן אליינס ערציען די קינדערלעך און פירן די שטוב, די מעמד פון חיזוק און שטיצע אינאיינעם פון אחים לצרה איז איינע פון די פולע פעולות חובקות פון די ניי געגרינדעטע 'אלומים' ארגאניזאציע וואס האט זיך געגרינדעט מיט די ציל צו העלפן און גרינגער מאכן פאר אידן וואס זענען ל"ע נתאלמן געווארן צו קענען זיין שטארק און געבן די מערסטע וואס זיי קענען פאר די שטוב.


די שפיץ פון די מעמד איז געווען די דרשה פון כ"ק אדמו”ר מסאסוב שליט”א וועלכער האט זיך מטריח געוועהן אין די יעצטיגע ערבי פסחים און אבירעגעגעבן ווארעמהארציגע דברי חיזוק מנהמת לבו הטהור וואו די רבי פארציילט פאר די אנוועזענדע זיינע אייגענע מיטמאכענישן זייענדיג א יונגע יתום'ל, די רבי האט פארציילט די שטורעמישע שוועריגקייטן וואס איז דאן אלס יונגע בחורל אדורך, און מיטגעטיילט וויאזוי די כח פון אמונה האט אים געשטארקט און געגעבן די כוחות דורכצוגיין די שווערע צייטן.


בתוך דבריו האט די רבי אויסגעשריגן ווי גרויס די עת רצון איז אויבן אין הימל ווען אזויפיל אידן וואס זענען נעבעך נתנסה געווארן מיט אזא שווערע אומגליק קומען זיך צוזאם און זענען אינאיינעם מקבל די אייבישטערס גזירות באהבה, די אויגן פונעם רבין שליט"א האבן גערינען טרערן ווע ער האט ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע קידוש ה' פון די אידן וואס זיצן איאיינעם מיט א פעלזן אמונה נאכן באטראפן ווערן פון אזא אומגליק.


ביים מעמד איז געהערט געווארן נאך דרשות פון אנשים חשובים און יונגעלייט וואס האבן שוין מיטגעמאכט די שוועריגקייט פון אליינס אריינברענגן א יום טוב, און פאר לענגערע שעות נאכאנאנד האבן די טייערע יונגעלייט אינאיינעם געזינגן און פארברענגט און זיך מחזק געווען איש את רעהו לקראת די הייליגע יו"ט הבעל"ט.














Comments


bottom of page