דאנערשטאג פ' כי תבוא - י"ד אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענימען די בשורה טובה אז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א איז ברוך השם באפרייט געווארן פון שפיטאל אויף שבת נאך א לענגערע שוואכקייט וואס האט באפאלן דעם רבי'ן.
נעכטן מיטוואך נאכמיטאג האט די רבי שליט''א פארלאזט דעם שפיטאל פאר עטליכע שעה, און מסדר קידושין געוועהן ביים חופה בבית הרב שלמה יודא גליק הי"ו גבאי ביהמ''ד הגדול וויז'ניץ אין לאנדאן. נאכן חופה איז דער רבי צוריקגעפארן אין שפיטאל פאר ווייטערדיגע אונטערזוכונגען, און היינט נאכמיטאג נאך א שינוי לטובה אינעם מצב איז די רבי אהיימגעקומען פון שפיטאל.
Comments