מאנטאג פ' וישב • ט"ו כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: ארכיון
אין די יעצטיגע טעג זענען מרנן ורבנן חברי הבד"ץ העדה החרדית ארויס מיט א רוף, אין א ספעציעלע קריאת קודש צום היימישן ציבור תושבי ארצינו הקדושה, צו זאגן די תפילה "ועננו בורא עולם", וואס מען בעט אויף רעגן, ביי די תפילה פון שומע תפילה אין תפילת שמונה עשרה.
דער רוף פון די שרי התורה עיני העדה קומט אין ליכט פון דעם וואס מ'טרעט שוין אריין אין חנוכה, ווען געווענליך איז די תקופה שוין אין סאמע ברען פונעם רעגן סעזאן אין לאנד, און ביזדערווייל איז אין די לעצטע וואכן כמעט נישט אראפ קיין רעגן און גשמי ברכה איבער'ן לאנד.
עס זענען ארויפגעקומען צום לשכת הביד"צ אין ירושלים, פילע חרדי'שע פארמער און פעלד אייגענטומער אין לאנד שומרי תורה ומצוות, וועלכע היטן שמיטה מיט אלע דקדוקים און פרטים און אזוי אויך די אלע אנדערע הלכות התלויות בארץ, און האבן זיך אָפּגערעדט אַז די ערד איז דורשטיג נאך רעגן, און עס איז שוין העכסט צייט צו בעטן אויף גשמי ברכה.
אין ליכט פון דעם איז אַרויסגעקומען דער קריאה קדושה פונעם ביד"צ, ווי זיי שרייבן: "על כן קובעים הגאונים הצדיקים הביד"צ שיש להתחיל לומר בברכת שומע תפילה בתפילת שמונה עשרה ביחיד ובציבור את התפילה לגשמים - 'ועננו בורא עולם", נאך האבן די חברי הבית דין צדק צוגעשריבן אינעם בריוו "ובכללות יתפללו גם על חולי ישראל שיתרפאו במהרה ברפואה שלמה ולהשפעות טובות על כלל ישראל".
Comments