מונטאג פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

עשה למען תינוקות של בית רבן
היינט מיטאג איז פארגעקומען א ריזן עצרת תפילה דורך טויזענטער קינדער ילדי תשב"ר אין ירושלים עיר הקודש, וואו א געשאצטע פיר טויזנט קינדערלעך האבן מתפלל געווען בהבל פיהם של תשב"ר שלא טעמו טעם חטא, אין ליכט פון די שווערע אנגעצויגענע מצב בארצינו הקדושה. די עצרת תפילה איז פארגעקומען אינעם ביהמ''ד הגדול אין קרית בעלזא, אין שפיץ פון די גדולי הרבנים פון אלע שיכטן אין קרייזן, המשגיח הגה''צ רבי דן סגל, המשפיע הגה''צ רבי אלימלך בידערמאן שליט''א, הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון, הגאון ר' מיכל זילבער ראש ישיבת זוועהיל, הגאון ר' ראובן אלבז ראש ישיבת אור החיים, און נאך חשובע רבנים.
דער ביהמ''ד הגדול אין אלע אירע פליגלען אין גאלעריען זענען באזעצט געווארן עד אפס מקום דורך די טויזנטער קינדער פון צענדליגער תלמודי תורה. אינעם עזרת נשים האבן מיטגעהאלטן דעם עצרת תפילה הונדערטער בנות ישראל פון די ירושלימער סעמינארן.
קורצע דברי פתיחה איז געהערט געווארן דורך הרב ירמיה דאמען מנהל ביהמ''ד הגדול. מען האט געדאווענט מנחה מיט תפילות יום כיפור קטן. נאך מנחה האט המשפיע הרה''צ רבי אלימלך בידערמאן שליט''א אנגעהויבן די סדר התפילה אין אמירת תהילים ה אין מכבד געוועהן די חשובע רבנים פארצוזאגן די פרקי תהילים.
מען האט עטליכע מאל געבלאזן שופר לביטול רוע הגזירה אין קבלת עול מלכות שמים איז פארגעזאגט געווארן בהתעוררות רב דורכן משגיח הגה''צ רבי דן סגל שליט''א. נאכן עצרת האבן די קינדערליך געזאגט עטליכע פרקי תהילים לרפואתו השלימה פונעם בעל האכסניא כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, להחלימו ולרפאותו להחזיקו ולהחיותו.






















































































Comments