top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מריחוק מקום • האד' מתולדות אברהם יצחק אפגעראכטן סעודת מצוה לרגל חתונה פון אן אייניקל אין אמעריקא

דינסטאג פ' בהעלתך - י"ז סיון תשפ"ג | קול בחצרות


דעם זונטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען א אייגענארטיגע שמחה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק אין ירושלים עיר הקודש, ווען דער רבי האט זיך געוואשן צו א סעודת מצוה און זיך מיטגעפריידט פאר לענגערע שעה'ן מריחוק מקום וקירוב הלב, ביים שמחת החתונה פון נכדו החתן וואס איז פארגעקומען אין שטאט וויליאמסבורג, מיטן אפוועזנהייט פונעם סבא קדישא כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.


ווי באריכטעט דא אויף קול בחצרות איז נעכטן פארגעקומען די שמחת החתונה פון א אייניקל ביים רבי'ן, בן לחתנו הגה"צ ר' יעקב טייטלבוים אב"ד תולדות אברהם יצחק מאנסי, מיט די כלה א אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם ממעליץ און טשערנאוויץ שליט"א. צוליב דעם רבינ'ס שוואכע געזונט צושטאנד איז דער רבי נישט ארויסגעפארן קיין ניו יארק צו באשיינען די שמחה במלוא הדרו, און לכבוד דעם האט דער רבי געפראוועט די שמחה פונדערווייטנס אינאיינעם מיט די חסידים.


אכט אזייגער אויפדערנאכט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מעריב, דער רבי מיט אלע חסידים זענען געווען מלובש בבגדי שבת לכבוד די שמחה, און נאך מעריב האט מען זיך געוואשן צום סעודת מצוה וואס איז געווען צוגעגרייט כיד המלך.


דער רבי איז אריינגעקומען צום סעודה און זיך געוואשן, מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים, וואס מ'זינגט ביי די קבלת פנים און חופה בחצר הקודש, איבער א האלבע שעה האט מען געזינגען די חופה ניגונים, אין די צייט וואס דער רבי זיצט איינגעהילט אין א דביקות עילאה און טייכן טרערן גיסן זיך פון גרויס התרגשות. דערנאך האט מען אנגעהויבן טאנצן לעבעדיג פאר העכער צוויי שעה, ווען די גאנצע ציבור הייבט זיך מיט לעבעדיגע ריקודים לכבוד די שמחה בבית צדיקים.


אינמיטן די שמחה האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן, און ארויס אין א ספעציעלע ריקוד מיט בניו חתניו הרבנים הגאונים, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה, דער רבי האט געטאנצן לענגערע מינוטן מיט גרויס שמחה, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן לחיים און מזל טוב פארן רבי'ן, דער רבי זאל נאך קענען לאנגע יארן באשיינען די שמחות פונדערנאנט מיט פרישע כוחות, יתחדש כנשר נעוריו, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים.

Commentaires


bottom of page