top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע מסע הקודש 'בני היכלא' פון האד' מסקווירא קיין פוילין | חלק ב'‎

דינסטאג פ' בא • ו' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


דאנערשטאג צופרי האט די רבי שליט''א געדאווענט שחרית אינעם האטעל אין נאכן דאווענען זיך געוואשן צו א סעודת ראש חודש באופן פרטי. נאכמיטאג איז מען ארויסגעפארן צום הייליגן שטאט ליזענסק א וועג פון ארום דריי שעה. איידער'ן ארויפגיין צום ציון הק' פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, איז פארגעקומען א מעמד הכנה אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן סמוך ונראה צום ציון הק'. עס האט אויפגעטראטן הרב סענדר אוסטערליץ מיט דברי הכנה דרבה און מיט א זעלטענע התעוררות האט מען געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים. דאן האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש אין אויסגעשמועסט אויף וואס מען דארף מתפלל זיין אין אזא הייליגע מקום קדוש, אין אויך דערמאנט דעם ביהמ''ד פונעם הייליגן חוזה פון לובלין וואו מען וועט שפעטער מתפלל זיין אין די רישומה דקדושה וואס בלייבט איבער אין אזא הייליג ארט, אין מסיים געוועהן בברכת קדשו לרוב.


תיכף דערנאך אונטער דעם התעוררות'דיגן רושם האט דער גאנצע ציבור צוזאמען, געדאווענט מנחה, אין נאך א קורצע הפסקה איז פארגעקומען די מעמד עלייה לציון הק'. בחרדת קודש איז דער רבי שליט"א אריין אין הייליגן אוהל הקדוש, און מיט גרויס התרגשות אנגעהויבן די טשערנאבילער קאפיטלאך תהילים, שטייענדיג אויף דעם אדמות קודש איז דאס התעוררות געווען עד למעלה און די תפלות ובקשות האבן זיך געריסן עד לב השמים. נאכ'ן תהלים און יהי רצון זענען די משתתפים אריבער איינציגווייז מיט קוויטלעך און מקבל געווען ברכת הקודש. פארלאזנדיג דעם אוהל הק' האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.


וואו דער מנהג איז די רבי געגאנגען אין מקוה אין דאן צוגעפארן צום אכסניא אין ליזענסק אויף א קורצן אפרוה. פון ליזענסק האט דער ציבור פארגעזעצט אין די נסיעה און אינאיינעם מיט באסעס אפגעפארן קיין לאנצהוט. ארום 6:30 פארנאכטס איז די רבי שליט''א אנגעקומען צום נאסטאלגישע ביהמ''ד וואו דער הייליגער רבי פון לובלין האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש אין שטאט לאנצהוט, מען האט געזינגען די ראפשיצער 'אשת חיל' ניגון אין נאך עטליכע ניגוני קודש וואס זענען מיוחס צום הייליגן ראפשיצער רב. 


מיט דברי התעוררות האט אויפגעטראטן הרב סענדר אוסטערליץ, וועלכע האט נאכגעזאגט מדברי תורתו פון שרפי מעלה די הייליגער לובלינער אין די ראפשיצער רב אין דערמאנט די הילולא פונעם הייליגן רבי ר' זושא זי''ע, ער האט ארומגערעט איבער די קדושת המקום פון דעם ביהמ''ד אין אויך באטאנט אז דעם רבינס זיידע הרה''ק רבי פיניע'לע אוסטילער זי''ע האט עטליכע מאל געדאווענט אין דעם שוהל.


מען האט דארט געדאווענט מעריב על אדמת קודש אין דערנאך זענען די משתתפי הנסיעה דורך וואונטשן לחיים לרגל די הילולא פונעם הייליגן ר''ר זושא זי''ע, דערנאך איז מען צוגעפארן צום בית החיים אין שטאט לאנצהוט מקום מנוחת קדשו פונעם ראפשיצער רב, די רבי איז אריין א שטיקל וועג אינעם בית החיים אין געשטאנען פונדערווייטענס קעגן איבער דעם אהל הק', מען האט געזינגען א ניגון התעוררות אין ממשיך געוועהן די מזמורי תהילים. ביים עלייה לציון אין לאנצהוט האבן אויך מיטגעהאלטן די בחורים תלמידי שיעור ד' פון די סאטמארער מתיבתא אין קרית יואל, די בחורים האבן איבערגעגעבן זייערע קוויטלעך פארן רבי'ן אין די רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן מען זאל האבן געפויעלט אלס גוט'ס.


ביים ענדיגן האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק צום האטעל אין קראקא וואו עס איז שפעטער אין אווענט פארגעקומען די אסיפת מרעים ליל שישי אין שפיץ פון הרבנים הגאונים הצדיקים בני כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א, וואו עס איז צווישן אנדערע אפגעהאלטן געווארן א העכסט אינטערסאנטע פאנעל מיטן רבינס קינדער איבער פארשידענע אינטערסאנטע ענינים אין זכרונות פון זייער קינדערישע יאהרן אין שאטן פון זייער גרויסן טאטן די רבי שליט''א, אין נאך פילע קאפיטלען היסטאריע אין הנהגות פונעם רבי'ן שליט''א.





































































































Kommentare