top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת הברית לנכד האד' מליזענסק בן הנולד ביי בנו ראש ישיבת ליזענסק

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 17 בינו׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' בא • ז' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

די וואך מאנטאג איז פארגעקומען די שמחת הברית פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מליזענסק שליט"א בן הנולד לבנו הגה"צ רבי שרגא יודא שטערן שליט"א ראש ישיבת נועם אלימלך ליזענסק, די שמחה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פונעם זיידן די רבי ליזענסקער רבי שליט"א אין מאנסי, ביים ברית איז די רבי געווען מלובש מיטן טלית פון הרה"ק בעל 'היכל הברכה' מקאמארנא זיע"א, אין מען האט זיך באנוצט מיטן כיסא של אליהו הנביא פון זקינו הרה"ק מטאהש זיע"א וואס ליגט באוצרו הטוב פונעם רבי'ן.


צווישן אנדערע האבן זיך משתתף געוועהן ביי די שמחה די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף מאנסי שליט"א, די פעטער כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב פרעמיסלא שליט"א, אין הגה"צ דומ"ץ טאהש מאנסי, מיט סדנקאות איז מכובד געווארן די זיידע האד' מליזענסק, מיט ברכות וקריאת השם איז מכובד געווארן האדמו"ר מזידיטשויב פרעמיסלא, ויקרא שמו בישראל דוד משה נאכן זיידן הרה"ק רבי דוד משה מקרעטשניף זיע"א.


די סעודת ברית איז פארגעקומען בהיכל ישיבת נועם אלימלך ליזענסק אין מאנסי, ווי די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, אין דערנאך מכבד געווען בנו די ראש ישיבה דער בעל שמחה אויפצוטרעטן מיט דברי תורה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף מאנסי שליט"א.


ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page