top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וּבְכֵן לְךָ הַכֹּל יַכְתִּירוּ • בני האד' מזידיטשויב שיקאגא זצ"ל געקרוינט אלס אדמור"ים ממשיך צו זיין שלשלת הקודש לבית זידיטשויב

דינסטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

פארלאפענעם וואך ככלות השבעה לפטירתו פון כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא זצ"ל איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסער עצרת מספד והתעוררות וואו הונדערטער תושבי העיר זענען זיך צונויפגעקומען לספוד לצרה ולבכותה, ווען באותו מעמד איז פארגעליינט געווארן די צוואה פונעם רבי'ן זצ"ל בנוגע די המשכת העדה. 


צווישן די מספידים האט אויפגעטראטן הרב צבי ביידער הי"ו מנכ"ל מרכז תורה וחסד זידיטשוב שיקאגא וועלכע האט קלארגעשטעלט דעם רבינס רצון אז אלע זיינע קינדער זאלן מכהן זיין באדמור"ות און ממשיך זיין די שלשלת הקודש לבית זידיטשוב, אינעם צוואה איז די רבי זצ"ל ממנה בנו בכורו הגה"צ ר' פנחס שלום אייכענשטיין שליט"א אלס ממלא מקומו, צו שטיין אין שפיץ פון די מוסדות און ווייטער משפיע זיין אין זיין ביהמ"ד זידיטשוב חודרוב, אין צוגאב זענען נתמנה געווארן די אנדערע קינדער, בנו הגה"צ רבי יחזקאל אייכנשטיין אלס אדמו"ר מזידטשויב מארין פארק, בנו הגה"צ ר' ישכר דוב אייכענשטיין שליט"א אלס אדמו"ר מזידטשויב באלטימאר, און בנו הצעיר הגה"צ ר' זלמן לייב אייכענשטיין שליט"א אלס אדמו"ר מזידטשויב אין שיקאגא, בבית מדרשו פונעם רבי'ן זצ"ל וואו ער האט אנגעפירט זיין שיינעם הויף צענדליגער יאהרן.


ביים עצרת האבן אויפגעטראטן מיט הספדים די ברודער: כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב חודרוב שליט"א און כ"ק אדמו"ר מזידיטשויב שיקאגא שליט"א, הרה"ג ר' שמואל ישעי' קעללער שליט"א ראש ישיבת טעלז און הרה"ג ר' נתן מולר שליט" מרבני העיר שיקאגא. די מספידים האבן אחד באוויינט דעם גרויסן נפטר, און ארומגערעט איבער זיין עבודת הקודש און הרבצת התורה אין שיקאגא נאנט צו זעכציג יאר, און ווי די רבי זצ"ל איז אנגעגאנגען במסירת נפש עד זיבולא בתרייתא, טראץ זיינע שווערע יסורים און מכאובים די לעצטערע יארן, האט ער געדינט דעם בורא און משפיע געווען פאר הבאים בצל קורתו, די רבנים חשובים האבן מסיים געוועהן מיט ברכות לרוב פאר די קינדער האדמור"ים שליט"א זיי זאלן קענען משפיע זיין פאר אידן און ממשיך זיין דעם הערליכן רבי'שן  יחוס פון די צדיקים שרפי מעלה.

Comments


bottom of page