top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עלעגאנטע סעודת הודאה אין מסיבה של מצוה אין שפיץ פון האד' מוויז'ניץ אין שטאט בארא פארק

מאנטאג פ' משפטים • כ"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן עלעגאנטע מסיבה איז פארגעקומען דעם דאנערשטיג אווענט אין שטאט בארא פארק אין שפיץ פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק, אינאיינעם מיט א סעודת הודאה לרגל האי יומא רבה כ"ב שבט להודות ולהלל צום בורא רפואות אויף די געוואלדיגע חסדים וואס מ'האט ב''ה דערלעבט גענוי א יאר צוריק, ווען דער רבי שליט"א איז אריבער א גאר שווערע אפעראציע, און זיך ערהוילט בסייעתא דשמייא לאיתנו הראשון.


די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' משה ישראל פעלדמאן ווי א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט אויף א פראכטפולן פארנעם, אינאיינעם מיט ספעציעל געלאדענטע אנשי שם, נגידים ותומכים וואו עס איז אריינגעקומען שיינע סכומים פארן נייעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויז'ניץ.


די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, אין עס האבן מהנה געוועהן בשירה וזמרה בארימטע בעלי מנגנים אין שפוץ פון ר' מאיר אדלער וועלכע האבן מהנה געווען דעם ציבור מיט גאר רייכע נגינה אויסזינגענדיג פארשידענע ניגוני שבח והודאה לאדון כל. צו דער זייט פון רבי'ן האבן באשיינט די מסיבה שארי בשרו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א און כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א.


בין גברא לגברא האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דעם רבינ'ס מחותן הגה"צ אב"ד נירבאטור שליט"א, און כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ ירושלים שליט"א האט אויך משמיע געווען דברות קודש לכבוד העם הנאספים, ווי די רבי האט ארויסגעברעגנט די געוואלדיגע שבח והודאה אויף די גרויסע חסדים, ובאופן כללי די חיוב ההודאה וואס ליגט אויף יעדער וויזניצער חסיד באשר הוא שם דאנקען און לויבן פארן בורא כל עולמים אויף די חסדים אז 'לא השבית לנו גואל' און אז די רבי שליט''א שטייט בראש ההנהגה לבית וויזניץ און פירט אן די עדה הקדושה בעוז וברמה, וואס דאס אליין איז א הצלה פון גאנץ בית וויזניץ.


דאן האט די רבי שליט"א געטרינקען לחיים און משמיע געווען דברות קודש מעניני דיומא, די רבי שליט"א האט אויך פארגעזינגען אודה און געבענטשט על הכוס, נאכן מסיבה האט די רבי גענימען קוויטלעך פונעם בעל האכסניא ר' משה ישראל אין די בני המשפחה.



Коментари


bottom of page