דאנערשטאג פ' בשלח • ט"ו שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
ראש הישיבה מרן הגאון רבי שאול אלתר שליט''א וואס איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען צוגאסט קיין לאנדאן, איז פריער אין טאג געוועהן אויף א באזוך ביי כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א, עס איז פארפירט געווארן א שיינעם שמועס אין די וויזניצער רבי האט געהייסן אריינברעגנען כיבוד.
נאכן באזוך איז די רבי שליט''א אריבער אינאיינעם מיטן ראש ישיבה צום ביהמ''ד 'פני מנחם' וואס געפינט זיך קעגן איבער, וואו עס איז פארגעקומען די מעמד קביעת מזוזות פארן נייעם שטיבל, דערביי האט די ראש ישיבה מכבד געוועהן די וויזניצער רבי צו קובע זיין די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג.
Comments