top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ דרוקט אויס הכרת הטוב פאר ש"ס פארזיצער ר' אריה דרעי פאר מאסיווע קמחא דפסחא חלוקה אין שטאט אלעד

מיטוואך פ' מצורע • ט' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


נעכטן מיטוואך נאכמיטאג בעת די זמני כניסה ביי מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א איז אריין אל הקודש פנימה דער עסקן און איש ציבור ר' אריה דרעי פארזיצער פון די ספרדישע ש"ס פארטיי, וואו עס איז ארומגעשמועסט געווארן פארשידענע נושאים העומדים על הפרק, די רבי שליט"א האט אויסגעדריקט זיין גרויס ווייטאג איבער די פרישער גזירה וואס דרויעט אויף די לומדי תורה די כולל אינגעלייט אין בחורים און געבעטן צו טוהן וואס איממער צו באקעמפן דעם גזירה נוראה, די רבי האט אויך דערמאנט די איראנער אטאקע דעם מוצאי שבת און באטאנט וואו מען זעהט קלאר אז דער באשעפער פירט די וועלט און די כוחי ועוצם ידי איז גארנישט ווערד.


ביים ענדע האט זיך די רבי ווארעם באדאנקט פארן ספעציעלן פאנד וואס ש"ס - אין צוזאמענארבעט פונעם שטאטראט און אלעד האבן פארטיילט אויף יו"ט פסח, א תמיכה נכבדה פאר אלע תושבי העיר אריינגערעכנט הונדערטער משפחות חסידי וויז'ניץ, און דערביי געשאנקן א מתנה א הגדה של פסח כאות הוקרה והערכה וואו די רבי האט אריינגעשריבן א ספעציעלער הקדשה מיט פיל ברכות.




bottom of page