אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די פרישע דורכברוך אין איינשפארן די אומגעהויערע חתונה הוצאות א דאנק די יעצטיגע עפעדמיע, איז געמאלדן געווארן היינט פון חצר הקודש קארלין-סטאלין אז בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין-סטאלין שליט"א זענען אויסגעארבעט געווארן פארשידענע נייע תקנות לתועלת הציבור.
די פרישע תקנות הייבט זיך אן מיט די נייע 'בר מצוה' תקנה, אז פון היינט און ווייטער וועט מען מבטל זיין דאס בר מצוה מאכן אין זאלן, נאר ביום הבר מצוה וועט אפגעראכטן ווערן די סעודה אין שטוב מיט בלויז צען מענטשן און די שבת נאכ'ן בר מצוה וועט זיין א קידוש אין ביהמ"ד ווי דער ציבור וועט קענען וואונטשן מזל טוב. פארשטייט זיך אז די קידוש וועט זיין אויסגעהאלטן לויט די 'קידוש תקנות' וואס ווערט אהערגעשטעלט דורך די גבאים פון די בתי מדרשים. פאר די וואס ס'קומט זיי אן שווער צו מאכן א קידוש שבת צופרי וועלן פראווענען א 'מסיבת לחיים' נאך מעריב בליל הבר מצוה ווי דער ציבור וועט קענען קומען וואונשטן מזל טוב אין ביהמ"ד.
צווישן די נייע תקנות ווערט אריינגערעכנט מבטל צו זיין דאס ארויסשיקן חתונה-איינלאדענונג בריוון, און מ'וועט נאר שיקן דורך אימעיל. די חתונה וועט פארקומען אין א קלענערע זאל וואס וועט בלויז קאסטן טויזענט דאללער א צד. עס וועלן זיך בלויז באטייליגן די נאנטע בני המשפחה און עס וועט צוגעשטעלט ווערן לייכטע איבערבייס אין פלעסטיק געצייג. ביי די מצוה טאנץ באנוצט מען זיך נישט מיט א גראמער און די שבע ברכות'ן נאר אין א שטוב.
top of page
bottom of page
Comments