top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נסיעה דורך עלטערע בחורי קיבוץ דחסידי גור צו די שווייצע בערג מיט הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א בן האד' מגור

דינסטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז דעם פארלאפענעם וואך אפגעפלויגן קיין שווייץ אינאיינעם מיט א קבוצה בחורי הקיבוץ דחסידי גור אויף א ספעציעלע שבת התאחדות צווישן די בערג אין דאוואס לרגל סיום הזמן, דאנערשטאג נאכמיטאג האט הרב נחמיה באזוכט ביים מרא דאתרא הגה"צ רבי צבי אלימלך פאדווא שליט"א גאב"ד ציריך שווייץ, ביים באזוך האט דער רב שליט"א באדאנקט הרב נחמיה פארן בריוו וואס ער האט געשיקט מיט עטליכע וואכן צוריק, מיט די ברכת הקודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א לכבוד די התמנות אלס רב אין שטאט, שפעטער באנאכט ליל שישי איז פארגעקומען א מעמד התוועדות אין הכנה לשבת קודש אויף די בערג אין דאוואס ווי די בחורים האבן געוויילט אויף דעם שבת אינאיינעם מיט הרה"צ רבי נחמיה שליט"א. אלס אורח הכבוד האט אויפגעטראטן מיט א דרשה ביים התוועדות הגה"צ גאב"ד ציריך שליט"א.


















Kommentare


bottom of page