top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כִִּי הִיא לָנוּ עֹז וְאוֹרָה • שיינעם הכנסת ספר תורה צום ביהמ"ד הגדול סאדיגורה נדבת משפ' הלעווי הנכבדה

זונטאג פ' בשלח • י"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי ברגר


חסידי סאדיגורה האבן זיך דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג מיטגעפריידט בשמחת התורה, ביי די געהויבענע מעמד חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר בחצר הקודש סאדיגורה, נדבת משפחת הלעווי' הנכבדה לעילוי נשמת אביהם הרה''ח רבי מרדכי מנחם ובנו הרה"ח ר' צבי הלעווי ז"ל, די ספר תורה איז אריינגעגעבן צום גרויסן בית המדרש דחסידי סאדיגורה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א במעמד קהל רב.


צום באשטימטן צייט איז כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה ערשינען בבית משפחת הלעווי' און אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה, דאן האט דער רבי ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, ווען די ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה טאנצן לעבעדיגע ריקודין אויף די גאסן, אנקומענדיג אין בית המדרש איז די גאנצע היכל שוין געווען איבערגעפולט, הונדערטער חסידים זענען געשטאנען אויף די הויכשטאקיגע פארענטשעס און מיטגעהאלטן די געהויבענע ריקודין, די רבי שליט"א האט אריינגעפירט דעם ספר תורה צום היכל בתופים ומחולות, אין אפגעראכטן די הקפות כנהוג אין זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ בעוז ותעצומות אין צענטער פון היכל מיט א זעלטענע שמחת התורה. נאך די ריקודין האט דער רבי פארגעזאגט די מזמורים כנהוג, און דערנאך אריינגעשטעלט דעם ספר תורה אין ארון הקודש.


נאך די ריקודין איז געווען צוגעגרייט א רייכע סעודה כיד המלך לגומרה של תורה, אין די פארכטפולע וואגשאהל זאלן אין שטאט, ווי כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א האט מפאר געווען בראש המסובים, און משמיע געוועהן דברי ברכה לכל העם הנאספים.


























































































Comentarios


bottom of page