top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תושבי וויליאמסבורג גרייטן זיך מיט התרגשות צום ערשטן שבת בצל האד' מישועת יעקב סקולען

דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: JDN


מיט גרויס שפאנונג איז אויפגענומען געוואָרן די בשורה משמחת אז קומענדיגן שבת קודש פרשת תרומה-שקלים הבעל"ט וועט דער שטאט וויליאמסבורג האבן צו גאסט אויף שבת כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וואס וועט פראווען אין די זעלבע כותלי ביהמ"ד סקולען, וואס האט שוין נאענט צו פופציג יאר איינגעזאפט אין זיך קדושה וטהרה און השתפכות הנפש פון די שלושה הרועים לבית סקולען, זיין עלטער-זיידע הרה"ק בעל נועם אליעזר זי"ע, זיין זיידע הרה"ק בעל מאור ישראל זי"ע און זיין טאטע הרה"ק בעל ישועת יעקב זי"ע.


באלד נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז נתמנה געווארן למלא מקום אביו אלס אדמו"ר ישועת יעקב סקולען, האבן די שוחרי ביהמ"ד געבעטן אז דער רבי זאל קומען אפרעכטן א שבת און ממשיך זיין על מקום אביו, אויפ'ן סקולענער נוסח, א שבת לעילא מכל ברכתא.


איז עס דעריבער א גרויסע שמחה אז קומענדיגן שבת שקלים וועט דער רבי שליט"א וויילן צו גאסט אין וויליאמסבורג און פירן אלע טישן און תפילות ווי אויך מלוה מלכה אינעם ביהמ"ד נצח ישראל ד'סקולען אויף קיעפ סטריט, וואו עס ווערט ערווארטעט א ריזיגער ציבור זיך צו דערקוויקן ביי די לעטיכע תפילות און טישן.


נאך שלש סעודות און מעריב וועט נאכפאלגן די מלוה מלכה ברבים. דאס יהדות החרדית אין וויליאמסבורג קוקט שוין ארויס מיט שפאנונג אויף דעם געהויבענעם שבת קודש, און גרייט זיך אויפצונעמען דעם גרויסן גאסט, וואס וועט אריינשיינען א ליכטיגקייט און התרוממות הנפש פאר די פילע חסידים ומעריצים.

Hozzászólások


bottom of page