התחלת הזמן אין באבוב: אסיפה רבתי "לטהרנו ולקדשנו" פאר תלמידי הישיבות גדולות זיך מחזק צו זיין קעגן די נסיונות הזמן
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' אחרי קדושים • ה' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם מאנטאג טהרות העעל"ט איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסארטיגע אסיפה רבתי פאר די הונדערטער תלמידי הישיבות הגדולות דחסידי באבוב, מתיבתא עץ חיים און קדושת ציון. צוליב די אסיפה איז די התחלת הזמן, וואס איז געווען נקבע שוין אויף כ״ו ניסן, געווארן אפגעשטופט מיט א טאג, בכדי אנצוהייבן די זמן מיט א שלימות.
די אסיפה "לטהרנו ולקדשנו", מחזק צו זיין די בחורים איבער די נסיונות הזמן מיט די פגעי הטעכנאלאגיע, איז פארגעקומען אין די שארף זאל בבנין בנות ציון דבאבוב אין שטאט, וואו די הונדערטער בחורים זענען זיך צוניפגעקומען לחזק ולהתחזק בענינים הצריכין חיזוק.
אלס יו״ר האסיפה האט געדינט הרה״ג ר׳ דוד אשר מאנדלבוים שליט"א, מנהל מתיבתא עץ חיים, וואס האט מיט קלארע דיבורים ארויסגעברענגט די מטרת האסיפה, און דערביי ארויפגערופן הרה״ג ר׳ יוסף לייפער שליט"א ר״מ בישיבת סאטמאר, וואס האט געהאלטן די בחורים געשפאנט מיט זיין לשון לימודים. דערנאך האט מען געהערט א שאלות ותשובות סעסיע מיט הרב מרדכי שווארץ, יו״ר ארגון טע״ג אין מאנסי.
בכבוד הראוי האבן די בחורים זיך צוגעהערט צו דער שטארקער דרשה פון הגה״צ דומ״ץ באבוב שליט״א, וואס האט איבערגעגעבן גאר א שטורמישע דרשה און מעורר געווען די בחורים אויף אלע ענינים מיט קלארע הוראות והדרכות. אינמיטן די דרשה פונעם דיין האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין פני קדשו פון דער רועה נאמן, כ״ק אדמו״ר מבאבוב שליט״א.
דער יו״ר האט ארויסגעברענגט אז אלע קבלות וואס די בחורים וועלן אריינגעבן וועלן ליגן על שולחן מלכים, און דער רב וועט איבערגיין די קבלות טובות און אינזינען האבן די בחורים להיזכר לטובה בהאי יומא רבה ר״ח מנחם אב, יו״ד קדישא פונעם באבובער רב זכרונו לברכה, בעל דברי שלמה זצ״ל.
דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש, דברי התעוררות והתחזקות, מפום ממלל רברבן, דער רב שליט״א, וואס האט ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וואס שטייען פעסט קעגן אלע נסיונות, און מעורר און מעודד געווען די בחורים על העתיד לגדור גדר ולעמוד בפרץ, און אנגעוואונטשן מיט ברכות לרוב בכל הענינים.
דערנאך האט דער רב פארגעזאגט אינאיינעם מיט די בחורים די תפילה פון אב הרחמים - ויציל נפשותינו מן השעות הרעות, און דערויף געדאווענט מנחה מיט די בחורים.















תגובות