top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בבית המלך: פריינטליכע באזוך פון רוסישער הויפט-רב הרב בערל לאזאר ביי פרעזידענט פוטין

  • Bechatzros admin
  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש

דער רוסישער הויפט-רב הרב בערל לאזאר שליט"א איז נעכטן מיטוואך, י' שבט, אין טאג פון די הילולא קדישא פונעם רבי'ן דער ריי"ץ מליובאוויטש, אויפגענומען געווארן אינעם בית המלוכה פונעם רוסישן פרעזידענט פוטין, וועלכער האט פארברענגט מיט אים אויף א פריינטליכן פארנעם און אויסגעדרוקט סימפאטיע און גרייטקייט צו שיצן אויפ'ן וואוילזיין פון די אידן אין רוסלאנד.


דער פרעזידענט האט אנגעהויבן אז אין די וועלט צייכנט מען היינט אפ דעם יום הזכרון פון די צווייטע וועלט קריג, א טאג וואס טראגט א ספעציעלע באדייט אין רוסלאנד וואו מ'געדענקט די שרעקליכע אומגליק וואס נאציזם האט געברענגט פאר אונזער לאנד, און האבן אומגעברענגט מער ווי א מיליאן רוסישע אידן.


הרב לאזאר האט אנגעצייגט אויף די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אין די גאנצע וועלט, ספעציעל וואס מ'האט לעצטנס מיטגעהאלטן אין אויסטראליע און מאנטשעסטער, און דא אין רוסלאנד שפירט מען דאס נישט בחסדי שמים, אדאנק דעם פרעזידענט.


דער רב האט דערמאנט אז אין ליובאוויטש איז היינט א גרויסער טאג, גענוי 75 יאר צוריק האט דער ליובאוויטשער רבי איבערגענומען די נשיאות, און ער האט אלעמאל גערעדט צו די חסידים אז "אחדות" איז די שטערקסטע געווער, און דאס טוען מיר כסדר איבער'חזר'ן ביי אלע אומשטענדן אין לעבן.


דער רב האט נאכגעזאגט פאר'ן פרעזידענט איבער'ן באקאנטן ערשטן מאמר "באתי לגני" וואס דער ליבאוויטשער רבי האט משמיע געווען נאכ'ן איבערנעמען די נשיאות, ארויסברעגענדיג דאן אז די וועלט איז די שענסטע גארטן, מיר דארפן נאר זען ארויסצונעמען פון דעם די מערסטע פאטענציאל וואס ליגט באהאלטן אין דעם.


ביים באזוך האט זיך אויך באטייליגט דער נשיא איגוד הקהילות פון רוסלאנד, הרב אלכסנדר ברדה, וועלכער האט ארויסגעהויבן די אפעקטיווע באמיאונגען פונעם פרעזידענט צו העלפן די אידן אין לאנד, און זיי באשיצן פון אנטיסעמיטיזם.


הרב לאזאר האט אויפגעברענגט פאר'ן פרעזידענט אן אינטערעסאנטע השגחה פרטית, דערמאנענדיג וואס דער פרעזידענט דערציילט אים כסדר, אז אלס קינד האט ער געהאט א אידישער שכן וועם ער פלעגט אלעמאל זען לערנען און דאווענען, און דער שכן פלעגט אים מכבד זיין מיט'ן אידישן מאכל "געפילטע פיש", און נאך פארשידענע אידישע מאכלים, איז ער לעצטנס דערגאנגען ווער דער איד איז געווען, ס'רעדט זיך פון א חסיד'ישער איד פון לעניגראד, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען אויף יעדן קוצו של יוד, און מ'זעט די השגחה פרטית פון באשעפער אז דוקא דער וואס איז באשטימט געווארן צו זיין דער שפעטערדיגער פירער פון רוסלאנד, זאל ערצויגן ווערן נעבן אזא חשוב'ע חסיד'ישע משפחה וועמענ'ס התנהגות האט געהאט א השפעה אויף זיין גאנצע לעבן.


דער פרעזידענט איז שטארק בארירט געווארן פון דעם, און צוגעלייגט נאך פארשידענע יוגנט זכרונות וואס ער געדענקט אלס שכן פון אט די משפחה, און ארויסגעברענגט זיין שמחה אז די אידישע קהילות אין רוסלאנד זעצן פאר מיט שמירת התורה והמצוות גענוי ווי זיין חסיד'ישער שכן.



תגובות


bottom of page