אריבער 1200 צאן קדשים חסידי צאנז פארזאמלט ביי כינוס כללי פירותיך מתוקים אין קרית צאנז נתני'
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: משה גולדשטיין
אין די יעצטיגער טעג נאך חמשה עשר בשבט איז בחצר הקודש צאנז אפגעהאלטן געווארן א גרויסער כינוס כללי מיטן נאמען "פירותיך מתוקים", וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די אריבער 1200 קינדער פון די עלטערע כיתות אינעם תלמוד תורה נעץ דרכי אבות צאנז איבער גאנץ ארץ הקודש. די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן היכל ראזנבערג אין קרית צאנז נתניה אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מצאנז שליט''א נשיא המוסדות, די קינדער האבן אינאיינעם געזינגען א רייע ניגוני בקשה זוכה צו זיין ללמוד וללמד לשמור ולעשות, עס איז געהערט געווארן עטליכע דרשות פון די מנהלים ומחנכים, צווישן זיי דער משא המעמד דורך הרב אלתר יעקב שמעון שער הי"ו מנהל ת''ת קרית צאנז, אין דערנאך האט די רבי משמיע געווען דברי תורה והדרכה פאר די צעירי הצאן, אין דאן א לענגערע צייט פארטיילט פירות פאר אלע קינדער פון יעדער תלמוד תורה באזונדער מיט זייערע מחנכים און מנהלים.




































