top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תאיר ארץ מכבודך: אלפי תושבי בארא פארק דערווארעמען זיך ביים שבת התרוממות מיט הגאון ר' שאול אלתר שליט"א

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בלום

טויזנטער תושבי בארא פארק האבן מיטגעלעבט אן אומפארגעסליכער שבת פון התרוממות הנפש, בצילו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי שאול אלתר שליט"א, וואס האט געפראוועט דעם שבת ראש חודש אייר בתוככי עיר בארא פארק, לצמאון לב פון חסידיו מעריציו ושומעי לקחו און מאסן אידן וואס האבן זיך מסתופף געווען בפרט ביים געהויבענעם שלש סעודות וואס איז געוויס געווען דער קלימאקס פונעם שבת.

דעם גאנצן סידורו של שבת איז אפגעראכטן געווארן געווארן אין די זאל פון עטרת חיה וואס איז ספעציעל אויסגערישט געוווארן צו קענען אקאמאדירן דעם ציבור האלפים. ערב שבת א שעה פארן זמן האט דער ראש ישיבה אויפגענומען די געסט וואס זענען געקומען פון אלע שטעט און זענען דורך שלום נעמען.

נאך תפילת מנחה האט הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט''א ראש ישיבת פני מנחם אויפגעטרעטן מיטן דרשת פתיחת השבת, און נאכן דאווענען איז מען אריבער וואונטשן גוט שבת, וואו אידן פון איבער די גאנצע שטאט האבן זיך געשלענגעלט אין די רייע שלום צו נעמען פונעם אורח הדגול.

די סעודת ליל שב"ק האט דער ראש ישיבה אפגעראכטן אויף א געהויבענעם פארנעם אינאיינעם מיט די חשובע נגידים תומכי מוסדות פני מנחם, וואו מען האט געהאט די זכיה צו הערן פנינים יקרים און אמרות טהורות פונעם ראש ישיבה שליט"א.

בצפרא דשבתא האט  דער בארימטער חזן הרב מענדל ווערדיגער געדאוונט שחרית און הלל פארן עמוד, און נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה געפראוועט דעם קידושא רבא ספעציעל מיט די ארום צוויי הונדערט בחורי חמד חברי הקהילה, וואו דער ראש ישיבה האט פארברענגט מיט די צעירי הצאן, און דערנאך ערשינען צום קידושא רבא מיטן עולם אינעם זאל און משמיע געווען דברי תורה מעניני הפרשה.

די סעודה שבת בייטאג האט דער ראש הישיבה געגעסן די סעודת שבת בבית האכסניא אין שטוב פון מקורבו הנגיד ר' מאיר מעלניק הי"ו. שבת נאכמיטאג האט אויפגעטרעטן מיט א שיעור אין פרקי אבות הגאון רבי דניאל חיים אלתר שליט"א, וואו א ריזן עולם האט געשטראמט צו הערן דעם דבר ה', דברים נחמדים מעניני הפרשה באגלייט מיט דברי מוסר והדרכה.

ווי אלעמאל איז דער הויכפונקט געווען בעת רעווא דרעווין ווען טויזענטער אידן האבן איבערגעפילט דעם זאל עד אפס מקום ממש, מיטצוהאלטן די געהויבענע שלש סעודות און זיך דערווארעמען בקדושת השבת.

 צוערשט האט מען געזינגען די גערער זמירות און מארשן וואס ווערט געזונגען יעדע וואך, און נאכן זמן רבינו תם האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט שלש סעודות תורה דורך א מייק, כדי דער גאנצער ציבור זאל גוט קענען הערן, פיר שמועסן האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן מיט גאר הארציגע דיבורים און טיפע יסודות אין אידישקייט, דברי חיזוק וויאזוי זיך צו דערהייבן קעגן די מגושמדיג'ע וועלט, און זיך מחזק זיין מיט מידות טובות וישרות, באגלייט מיט הארציגע ווארימע ניגוני התעוררות דורך די קאפעליע בין גברא לגברא, וואו דער פילקעפיגער ציבור האט זיך געהויבן אין א העכערע אטמאספערע פון התעוררות און התרוממות הנפש.

די געוואלדיגע השפעה און רושם פונעם שבת וועט פארבלייבן איינגעקריצט אין די טויזענטער בארא פארקע איינוואוינער, און פילצאליגע חסידים ומעריצים וואס האבן מיטגעלעבט דעם שבת.



תגובות


bottom of page