top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי תושבי מאנסי פאראייניגט ביים כינוס אדיר 'להקהל' צו שאפן א מעכטיגער כח הרבים צו שניידן חתונה סטאנדארטן

  • Bechatzros admin
  • 13 במאי
  • זמן קריאה 6 דקות

דינסטאג פ' אמור • ט''ו אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, אברמי בלום, שאט די דאט, JDN

אין א היסטארישע אנטוויקלונג האבן שווערע טויזנטער תושבי מאנסי פון אלע שיכטן און קרייז איבערגעפילט דעם גיגאנטישן אר. סי. סי. קאמפלעקס ביים כינוס אדיר 'להקהל' וואס האט פאראייניגט גאנץ מאנסי אונטער איין דאך, אנשים ונשים צוגלייך, אין שפיץ פון די צענדליגער רבני ואדמור"י העיר, וועלכע האבן גענימען א חלק אין דעם מעמד היסוד פון דעם היסטארישן רעוואלוציע וואס איז געקרוינט געווארן מיט אן אומגלויבליכן סוקסעס.


מיט אויפגעהייטערטע געמיטער האבן די טויזענטער פארזאמלטע אנגענומען דעם נייעם היסטארישן טויש, אנצוהייבן א נייע עפאכע ביי כלל ישראל, אן עפאכע פון זיך שטאלצירן מיטן שפאָרן אידיש געלט ביים חתונה מאכן, און לעולם ועד וועט דער דאטום פון פסח שני שנת תשפ"ה געדענקט ווערן מיט גלענצענדע זכרונות אלס דער טאג וואס האט דראסטיש גענידערט די חתונה סטאנדארטן ביי כלל ישראל.


דער כינוס איז מייסטערהאפטיג געפירט געווארן דורכן יושב ראש דער וועלט בארימטער מגיד מישרים הרה"ג רבי מרדכי שיף שליט"א אבד"ק איגוד אברכים בארא פארק. דערנאך האבן די באטייליגטע געהערט פון הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א ראש ישיבת מאור יצחק, וועלכע האט מיט זיין קול חוצב להבות אש מיטגעטיילט ווייטאגליכע עפיזאדן פון דעם קריזיס, און ווי ווייט די סטאנדארטן האבן זיך דערקייקלט, עד כדי כך אז אויב דאס וואלט ווען געווען א גזירה פון די אומות העולם וואלט מען ווען גוזר תענית געווען דערויף.


דערנאך האט דער ציבור געהערט קלארע אנווייזונגען און קריטיש וויכטיגע פינאנציעלע הדרכה פונעם בארימטן אקאונטענט ר' זכרי' וועקסלער הי"ו, ווי ער האט אויסגעשמועסט וויאזוי מען קען זיך פינאנציעל צוגרייטן חתונה צו מאכן די קינדער. דאן האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' חיים מאיר פערל הי"ו וועלכער איז געווען פון די ערשטע מחותנים זיך אנצושליסן אין מצא טוב, און האט מיטגעטיילט זיין אומגלויבליכע עקספיריענס וואס ער האט געהאט ביים חתונה מאכן מיט מצא טוב.


דורכאויס דעם מעמד האט דער יושב ראש מיט געטיילט אלע דעטאלירטע פרטים פון די נייע סטאנדארטן, וועלכע זענען געווארן צעטיילט אין פינף הויפט יסודות וואו רוב געלטער ווערן פארשווענדעט ביים חתונה מאכן די קינדער.


די פינף יסודות זענען ווי פאלגענד: 1) תנאים – מען וועט מער נישט מאכן קיין גראנדיעזע תנאים'ס, מען וועט בלויז מאכן א ווארט אויף א קלענערן פארנעם. 2) די צירונג און מתנות, וואס אלע האבן מודה געווען אז פאר א כלה קויפט מען בלויז לעב-גראון דיאמאנטן, און די פונקטליכע רשימה פון מתנות און אויך זמנים ווען מען גיבט מתנות. 3) מעבל – מען וועט מער נישט אויסשטאפירן די חתן/כלה דירות מיט קיין טייערע מעבל, און הארדוועיר, האוזוועיר, און לינען מער ווי עס פעלט אויס. 4) שטריימלעך – צאלן שווערע אלפים פאר א חתן שטריימל איז שוין אויך א פארגאנגענהייט, און אזוי אויך זיך לאזן קאסטן שווערע אלפים אויסצושטאפירן די חתן און כלה. 5) שבת אויפרוף, און שבת באווארפן וועלן מהיום והלאה אויך ווערן געפראוועט אויף א פיל קלענערן פארנעם.


דער יושב ראש האט אויסגערופן אז אלע קהלות הקודש זענען פאראייניגט און האבן אלע פה אחד מסכים געווען אז אט די פינף יסודות זענען די פלעצער וואו מען מוז דראסטיש שניידן די הוצאות. אויף די פונקטליכע דעטאלן פון וויפיל מען זאל שניידן, און וואו צו שטעלן די מאקסימום, איז דא אלגעמיינע סטאנדארטן וואס 'מצא טוב' שטעלט ארויס, דאן זענען פארהאן מערערע קהלות וועלכע וועלן ארויסשטעלן זייער אייגענע סטאנדארטן און ציפערן, וויפיל עס איז נארמאל און אחריות'דיג אויסצוגעבן, נישט העכער פינף און פופציג אלפים. די פונקטליכע סטאנדארטן פון די יסודות וועלן נתפרסם ווערן דורך די קהלות און דורך מצא טוב.


ווי אויך איז באשטעטיגט געווארן דורך אלע קהלות הקודש אין צוזאמענהאנג מיט מצא טוב, אז א חתונה טאר נישט קאסטן מער ווי פופציג טויזענט דאלער פער צד.


צום שלוס פונעם מעמד האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א פארגעזאגט קבלת עול מלכות שמים און עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ רבי חיים פייוול שנעבאלג שליט"א אבד"ק קהל אברכים און נשיא פונעם 'מצא טוב' ארגאניזאציע, און האט מיט א פייערדיגע שטימע אויסגעדריקט אז דער יעצטיגער היסטארישער מעמד קידוש ה', וועט בעזר ה' ברענגען א ישועה פאר גאנץ כלל ישראל, אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו לכך.



ביים אסיפה איז אויך פראקלארמירט געווארן אז א גרופע פילאנטראפן וועלן אריינלייגן פערציג מיליאן דאלער אין א קאסע צו פינאנצירן א נייע גמ"ח, וואס וועט אויסבארגן ביז $25,000 מיט גאר לייכטע טערמינען פאר בעלי שמחה וואס מאכן חתונה מיט די מצא טוב סטאנדארטן.


דאס איז אן אויסטערלישער דערלייכטערונג פאר אומצאליגע אידן וועלכע האבן נישט די נויטיגע פופציג טויזענט דאללער וואס מען דארף נאך אלס האבן חתונה צו מאכן.


די לעצטע איינצלהייטן פון דעם גמ"ח ווערן נאך אויסגעארבייט אין די יעצטיגע טעג, און דער גמ"ח וועט אי"ה עפענען אירע טויערן אינעם נאנטן צוקומפט, וויבאלד דער הארמאני שאו-רום פון מצא טוב וועט זיין פולקאם פארענדיגט מיט אלע נייע סחורה, פון די בעסטע און שענסטע קוואליטעט. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען בנוגע דעם גמ"ח.


אזוי אויך האט מען מציע געווען ביים מעמד אז עס איז ראטזאם זיך איינצושרייבן אינעם 'מפעל שבטי ישראל' גמ"ח וועלכער לויפט שוין פאר איבער 12 יאר מיט א געניאלן פראגראם, אז מען שרייבט איין די קינדער ביז די עלטער פון 13 יאר אלט, און מ'צאלט אריין א מעמבערשיפ סכום פאר יעדן קינד, און לויט דעם קען מען זיין בארעכטיגט פון א הלואה פון $50,000 מיט גאר גרינגע טערמינען צו דעקן אלע הוצאות החתונה מיט די מצא טוב סטאנדארטן.


לאור די התעוררות פון דעם מצא טוב רעוואלוציע האבן די ראשי הקהלה און חברי הנהלת מוסדות סאטמאר געמאלדן אז זיי וועלן אי"ה עפענען די טויערן פון א נייע ביליגע חתונה זאל דא אין מאנסי, וואו תושבי מאנסי וועלן קענען חתונה מאכן פאר גאר צוגענגליכע פרייזן. דער זאל וועט ברענגען א געוואלדיגע דערלייכטערונג פאר תושבי מאנסי וועלכע ליידן פון אן אויסטערלישער מאנגל אין צוגענגליכע חתונה זאלן.


נאך א רינגל אינעם קייט פונעם מצא טוב רעוואלוציע איז אנאנסירט געווארן אז עס וועלן זיין עוועילעבל עטליכע ביליגע זאלן פאר תושבי מאנסי צו פראווענען זייערע שמחות אויף אן איינגעצוימטן סטאנדארט און אויף א קלענערן פארנעם. די זאלן זענען בלויז די אנהייב פונעם דורכברוך, עס וועט אי"ה בקרוב אנאנסירט ווערן נאך ביליגע זאלן פאר תושבי מאנסי.


עס מוז ארויסגעברענגט ווערן לשבח מוסדות סאטמאר, סאטמאר, פאפא, וויזניץ, און בעלזא, וועלכע זענען געווען די נחשונים ארויסצוקומען און אפפערן פארן ציבור ביליגע זאלן אפצורעכטן זייערע שמחות. מצא טוב שטייט אין באהאנדלונג מיט נאך מוסדות און זאלן וועלכע ארבייטן צוצשטעלן נאך ביליגע זאלן פארן ציבור.


די תנאים'ס, אויפרופן, און שבת שבע ברכות זענען ווי באקאנט געווען איינס פון די גרעסטע הוצאות וואו צענדליגער טויזענטער דאלער זענען פארשווענדעט געווארן ביים חתונה מאכן די קינדער. יעצט מיט די אויפוואכונג פון מצא טוב, האבן צענדליגער מחותנים באשלאסן צו מאכן די שמחות אויף א קלענערן פארנעם, אבער עס איז געווען גאר שווער דאס אויסצופירן צוליב די מאנגל פון ביליגערע זאלן.


דעריבער איז דער דאזיגער אנטוויקלונג גאר א שטארקער שטופ פאראויס פארן מצא טוב רעוואלוציע, און פאר תושבי מאנסי זיך צו קענען שפארן נאך מער געלט ביי זייערע שמחות. די אלע זאלן וועלן ווערן קארדינירט דורך מצא טוב.



אלס חלק פון די מצא טוב רעוואלוציע ווערט גאר שטארק געשטיצט דעם נייעם באוועגונג פון מאכן שמחות אינדערהיים, מיט די באטייליגונג פון די נאנטע משפחה. אבער פאר גאר אסאך מענטשן קומט דאס אן זייער שווער. זיי האבן נישט גענוג טישן, בענקלעך, מחיצות, טישטעכער, אויווענעס צו האלטן דאס עסן ווארעם, אא"וו. דעריבער איז מען אויפגעקומען מיט א לעזונג.


ביים אסיפה אין שטוב פון הרבני הנגיד הטפסר המפורסם ר' אליעזר שיינער הי"ו וואס איז פארגעקומען ערב דעם היסטארישן כינוס להקהל, האט ר' אליעזר אנאנסירט אז ער וועט פינאנסירן א טראק וואס וועט זיין אויסגעשטאט מיט אלע געברויכן צו קענען אפרעכטן א שמחה אינדערהיים, און מען וועט קענען באשטעלן דורך מצא טוב אלע צוגעהערן פון א' ביז ת'.


פאלגענד זענען די 5 סערוויסעס וואס מצא טוב וועט צושטעלן פאר אלע תושבי מאנסי וואס מאכן חתונה מיט די נייע מאנסי'ע סטאנדארטן, וואס וועט זיי העלפן שפארן צענדליגער אלפים:


1) הארמאני שאו-רום: די שאו-רום איז א הערליכע געשעפט וואו מען וועט קענען איינקויפן אלע חתונה געברויכן, ווי צירונג, זילבערווארג, און אלע אנדערע מתנות פארן חתן און פארן כלה. הארוועיר, האוזוועיר, און לינען, העכסטע קוואליטעט מעבל, שטריימל, חתן שטאפיר, און נאך.


דער שאו-רום איז שוין אפן פארן באניץ פונעם ציבור, אבער די סחורה ווערט נאך כסדר פארבעסערט, אי"ה בקרוב ווען אלע סחורה וועט זיין אויפן בעסטן פארנעם און דער שאו-רום וועט זיין פולקאם גרייט, וועט מען פראקלאמירן דעם גרענד-עפענונג פונעם שאו-רום.


2) גמ"ח: א גמ"ח וואס וועט אויסבארגן ביז $25,000 מיט גאר לייכטע טערמינען, פאר מחותנים וואס גייען מיטן מצא טוב מהלך.


3) ביליגע שמחה זאלן: אין צוגאב צו די ביליגע שמחה זאלן וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די קהלות הקודש און מוסדות התורה אין מאנסי, וועט מצא טוב האבן נאך עקסקלוסיוו ביליגערע זאלן פאר קלענערע שמחות.


4) כלה קלייד רענטעל: אין די קומענדיגע חדשים וועט מצא טוב עפענען א כלה קלייד רענטעל, וואו מחותנים וועלן קענען אויסדינגען הערליכע קאסטום כלה קליידער, דעזיינט און אויפגענייט ספעציעל פאר מצא טוב, פאר גאר ביליגע פרייזן.


5) שמחה טראק: ווי פריער געמאלדן וועט זיין צו באקומען אלע שמחה צוגעהערן פאר מחותנים וואס ווילן מאכן שמחות אינדערהיים, גע'ספאנסארט דורך הנגיד הטפסר המפורסם ר' אליעזר שיינער הי"ו.


דאס איז בלויז דער אנהייב פונעם דורכברוך, די מצא טוב עסקנים ארבייטן ווייטער איבערמידליך צוצושטעלן וואס מער סערוויסעס וואס וועלן נאך מער אראפברענגען די קאסט פון חתונה מאכן קינדער.

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

bottom of page