top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת קישור החיתון פון די רבי'שע הויפן מאשלאו – קאליש – נירבאטור – בערטש

  • 24 באפר׳
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' אחרי קדושים • ז' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

פארגאנגענעם מיטוואך פרשת טהרה איז פארגעקומען אין בארא פארק די שמחת התנאים פון החתן בן הרה״ג רבי מנחם שלמה ראזענבוים שליט״א, בנו הגדול פון כ״ק אדמו״ר ממאשלאו שליט״א, חדב״ן כ״ק אדמו״ר מקאלוב שליט״א לרפו״ש, וחתן כ"ק אדמו״ר מקאליש שליט״א, מיט די כלה, די טאכטער פון הרה״ג רבי אלעזר אייכענשטיין שליט״א, בן הגה״צ אבד"ק מבערטש שליט״א וחתן הגה״צ אבד״ק נירבאטור שליט״א, ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל.


די שמחת התנאים איז פארגעקומען אין די זאלן פון אנשי ספרד, וואו עס האבן זיך באטייליגט א ריזיגער ציבור פון אלע הויפן. במשך דער נאכט האבן געשטראמט צענדליגער אידן וועלכע זענען געקומען לברך ולהתברך פון די זיידעס הרבנים הגאוה״צ שליט״א בעידן חדוותא במאור פנים.


מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן דער זיידע הגה״צ אבד"ק נירבאטור שליט״א. די זיידעס האדמורי״ם ממאשלאו און קאליש שליט״א האבן געבראכן טעלער כמנהג נאדבורנא. דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגן ריקוד לכבוד דער שמחה.


ס׳איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען דער עולם איז זיך צעגאנגען מיט גרויס דערהויבנקייט.



תגובות


bottom of page