top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הערליכער מעמד "סיום מס' שבת" אפגעראכטן ברוב פאר והדר אין ק"ק משכנות הרועים

מיטוואך פ' ויצא • ג' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: מ"א ניימאן, JDN

 

גרויס התרגשות הערשט אינערהאלב ק"ק משכנות הרועים, ווען א ריזן ציבור מבני הקהילה חברי חבורת "מיין עמוד" האבן זוכה געווען צו מסיים זיין "גאנץ מסכת שבת און חלק ה' אין משנה ברורה", און הייבן אן מסכת עירובין און הלכות מועד במועדו.


לרגל דעם גרויסן שמחה איז פארגעקומען א דערהויבענער מעמד סיום מסכת, אין די הערליכע נייע זאל "שמחת ירושלים" אין ירושלים עיה"ק, בהשתתפות רבני הקהילה, ראשי החבורות, רבנן ותלמידיהון ועל צבאם כ"ק מרן אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א מזקני צדיקי דורינו.


דער זאל איז געווען הערליך צוגערישט, און די עסקנים האבן אנטפאנגען די חתני התורה די תלמידי חכמים בני ירושלים של מעלה, חברים אין די "הייליגע ירושלימ'ער ווינקל" פון "משכנות הרועים", וואס זענען זיך משלים בתורה טעגליך אינערהלב חבורת "מיין עמוד".


דער פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי שמואל ראבינאוויטש שליט"א מעסקני המפעל, האט מיט פאסיגע דיבורים באגריסט דעם ריזן ציבור, און אויסגערופן הרה"ח ר' יוסף פריש שליט"א, מחשובי ק"ק תולדות אברהם יצחק וועלכער האט ערקלערט די יסודות פון מסכת עירובין, באגלייט מיט א הערליכע בילדער-פרעזנטאציע.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי יעקב קליינער שליט"א ראש ישיבת בית הלוי פון בית שמש, וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין געוואלדיגע הרבצת התורה, וועלכער האט מיט רייכע דיבורים ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכות וואס יעדער חתן תורה פונעם היינטיגן סיום טראגט, אז מען לערנט תורה בחבורה און מיט א קביעות, און ארויסגעהויבן אז דער חבורה איז נישט בלויז פאר כולל אינגעלייט, נאר אויך פאר די וואס ארבעטן אבער מאכן אויך תורת"ם אומנת"ם מיט א קביעות.


דאן האט דער ציבור אויפגענומען מיט גרויס התרגשות פני קדשו פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א מזקני צדיקי דורינו, אויף וועמען עס האט זיך דערקענט די געוואלדיגע שמחת התורה און התרגשות ווען עדת צאן מרעיתו שטייגן במעלת התורה על דרכי אבותינו ורבותינו.


דאן האט הגה"צ רבי יהושע אשר כהנא שליט"א רב דבית המדרש בירושלים ומו"צ בהעדה החרדית, געמאכט דעם "הדרן". דערנאך האט דער רבי שליט"א געזאגט דעם ספעציעלן קדיש. דאן האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פרייליכע טענץ לרגל המאורע.


א סקרוך איז אריבער אין די ביינער פון אלע משתתפים, ווען מען האט אנטפאנגען פני קדשו פון פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וואס איז ערשינען בהדרו צום גרויסן מעמד. לבקשת דעם רבי'ן שליט"א האט הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה, און מרחיב הדיבור געווען איבער די געוואלדיגע שמחה פון א סיום מסכת, און במעלת גודל תורה בחבורה, און מאציל געווען רב ברכות פאר אלע משתתפי המעמד וחברי החבורה.


דאן האט מרן אדמו"ר שליט"א זיך אויפגעשטעלט אין א מחול לצדיקים מיט הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א, וינועו אמות הסיפים ווען דער ריזן ציבור טאנצט מיט לכבודה של תורה.


א שטילקייט האט געהערשט אין זאל ווען מרן אדמו"ר שליט"א האט מיט התרגשות אנגעהויבן די דברות קודש, ארומרעדנדיג די געוואלדיגע גרוסן וואס קומען פון אלע בתי מדרשים פון די קהילה, וואו אינגעלייט און בעה"ב זענען זיך קובע עתים לתורה, און ארומגערעדט במשנת רבותינו הקדושים איבערן באדייט פון א סיום מסכת, און די געוואלדיגע כח וואס א חבורה גיבט פארן מענטש זיך צו דערהאלטן אין גלות בדרכי התורה והיראה.


נאך ברכת המזון, זענען אלע מסיימים אריבער אל מול פני הקודש פון רבי'ן שליט"א וואס האט א לענגערע צייט אנגעווינטשן בפרטיות פאר יעדן מסיים.


די עסקני החבורות אין אלע שטעט איבער ארה"ק מדן ועד באר שבע, בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, האבן אונטערגענומען א ספעציעלן "חבורה דרייוו", אנצושליסן אין די טעג פרישע מעמבערס אין די חבורה, ווען צום קומענדיגן סיום פון מסכת עירובין, וועלן אי"ה נאך צענדליגער חברי הקהילה מסיים זיין בצוותא די מסכת און די הלכות מועד במועדו.



Comments


bottom of page