top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ספעציעלע כינוס "ליל השדכנים" פאררופן פאר אלע שדכנים און שדכניות פון ק"ק וויען

  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש

פילצאליגע שדכנים און שדכניות פון די וויענער קהלה האבן מיטגעהאלטן דעם רייכן "ליל השדכנים" ביי וועלכן מ'האט געהערט א רייכער צאל עצות און טיפס וויאזוי זיך אומצוגיין מיט דעם עבודת הקודש.


דער ליל השדכנים איז פאררופן געווארן דורך'ן מפעל "עזרת רעים" שע"י ק"ק וויען, וועלכע האט במשך די לעצטע צוויי יאר זינט איר התייסדות בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, שוין מצליח געווען אויפצוטון גדולות ונצורות, מחזק צו זיין שדכנים און שדכניות, און צוציען נאך טאלענטפולע אידן וואס האבן זיך אריינגעווארפן אין די ארבעט, אנצוטראגן און אויסצופירן שדכנים ביים ציבור.


שטייענדיג אין די וואך פון פרשת בשלח, ווען מען ליינט די פרשה פון "קריעת ים סוף" אויף וואס חז"ל זאגן "קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף", איז פאסיג פאררופן געווארן דער ליל השדכנים אויף פארלאפענע וואך דינסטאג נאכט, ווען דער זאל פון "אהל לאה" אין וויליאמסבורג איז געווען דער טרעף־פונקט פאר די פילצאליגע שדכנים ושדכניות פון אלע מקומות.


דערביי האט מען געהערט די לענגערע דברי חיזוק והדרכה פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א מיט פאסיגע הדרכות וויאזוי זיך אומצוגיין ביי יעדן פאל. עקסטער האט מען מיטגעהאלטן דרשות און פאנעלן, פארגעשטעלט דורך חשוב'ע עסקנים פון ענליכע ארגאניזאציעס אין אנדערע קהלות קדושות בישראל, וואס האט בארייכטערט די שדכנים מיט הויפנס פון הדרכות וויאזוי צו קענען ממשיך זיין בעבודת הקודש אויף א שיינעם פארנעם.



bottom of page