מאנטאג פ' אמור • ד' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: מ. א. נוימן
שטייענדיג בימי השבעה נאך די הסתלקות כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל בעל מבשר טוב, שטייגט די שפאנונג צווישן חסידי ביאלא בכל מקומות מושבותיהם וואס רישן זיך צו א מעמד נרגש והתעוררות דעם קומענדיגן דאנערשטאג ככלות השבעה.
די אבלים משפחת המלוכה, הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א, וועלן נאכ'ן דאווענען שחרית דאנערשטאג אינדערפרי זיך אויפשטעלן פון די שבעה, און דערנאך ערשיינען צום גרויסן מעמד וואס איז פאררופן געווארן פאר אלע בני הקהלה, זקנים עם נערים.
ביים מעמד "קיום בית צדיקים", וועט מען זיך טרייסטן פון דעם גרויסן בראך און אומגעהויערער פארלוסט, און זיך מחזק זיין במשנתו הטהורה פונעם רבי'ן ז"ל. באותו מעמד וועט דער זקן רבני ביאלא הגאון רבי מאיר בראנד שליט"א ראה"כ שומרי החומות וחבר ביד"ץ מחזיקי הדת פארליינען די גאנצע צוואה הקדושה פונעם רבי'ן, וואס באשטייט פון צוועלף עמודים, מלא מוסר והדרכות טהורות וישרות בסולם העולה בית קל, וואס דער רבי ז"ל האט ביי אים מפקיד געווען, און דערביי מכריז זיין מתוך הצוואה רצון קדשו פונעם רבי'ן בנוגע המשכת המלוכה בהנהגת העדה הקדושה.
תיכף דערנאך וועט מען ברוב עם הדרת מלך ארויפגיין למרומי הר הזיתים פוקד צו זיין דעם ציון הק' און מתפלל זיין בהתעוררות רב להפקד בדבר ישועה ורחמים.
די ימי התחזקות וועט נמשך ווערן אויפ'ן נאכפאלגנדן שב"ק פר' אמור, וואס ווערט פאררופן אלס גרויסארטיגער "שבת התכנסות" פאר אלע חסידים ומעריצים פון איבער אלע שטעט, וועלכע וועלן זיך צונויפזאמלען בבית מדרשו של רבי בעיר הקודש ירושלים, און אינאיינעם אפרעכטן דעם יומא דנשמתא בשבת אחים גם יחד און זיך דערביי מחזק און משנן זיין במשנתו הטהורה.
כי נחם ה' ציון
תגובות