top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב-45 מיטעלעבט לעכטיג-געהויבענעם שבת "מקדש מלך" אין 'ארמון האטעל' | ברייטע דעקונג

מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: אברמי בלום


די הערצער פון אריבער 500 חסידי באבוב-45 זענען אנגעזעטיגט פון דעם שבת מלא אורה, דער שבת "מקדש מלך" וואס זיי האבן זוכה געווען מיטצולעבן מיט מלכם בראשם, כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, אין די 'ארמון' האטעל אין סטעמפארד קאנעריקוט, אלס אות הוקרה פאר'ן זיך אנשטרענגען און שאפן ביי די גרויסע סומעס פון 23 טויזנט דאלאר ביי די צוויי גרויסע קאמפיינס לטובת דעם אויפבוי פונעם מרכז העולמי דחסידי באבוב-45.


פרייטאג נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די שטראם פונעם ציבור, ווען יעדע וויילע ערשיינט א פרישע שיירא חסידים וואס שפאנען אריין אינעם האטעל פעסטונג מיט באגייסטערונג פון די קארידארן וואס איז געווארן באצירט מיט שולדן און קונסטווערק וואס האבן סימבאליזירט דעם צוועק און משמעות פון שבת 'מקדש מלך'.


אין די גרויסע פאָר-זאלן האט זיך אנטפלעקט אן אויסלייג פון קראמען און ביידלעך, אויטענטיש אויסגעשטעלט און געטראגן די אריגינאלע נעמען פון די אידישע הענדלער אין באבוב מיט די פראדוקטן וואס זיי האבן פארקויפט, און אין זייט פון יעדן קראם איז געווען צוגעצייכנט א קורצע ביאגראפיע איבער דער מוכר, געבנדיג א געפיל ווי אזוי ס'האט אמאל אויסגעזעהן א מארקטאג אין שטאט באבוב איידער די קריג.


ערש"ק נאכמיטאג האט דער רבי אויפגעטרעטן דורך א טעלעפאנישע פארבינדונג צו די בחורי המתיבתא, מיט דברי הכנה לשב"ק און מעורר געווען אז אזוי ווי אסאך טאטעס זענען נישט אינדערהיים, זאל מען צולייגן א פלייצע מיט וואס ס'פעלט זיך אויס.


לעת כניסת השבת איז דער רבי ערשינען צום מעמד "טלית לייגן", און דערנאך טועם געווען פון די מאכלים, כנהוג. דערנאך איז פארטיילט געווארן פאר'ן ציבור א ספה"ק נועם אלימלך און דער רבי האט פארגעלערנט בנועם קדושת השבת.


מנחה האט פארגעדאווענט הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א, און נאך מנחה האט דעם רבי'נס זון הרה"צ ר' יוסף אונגער שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת הכנה לשב"ק. נאך מעריב האט הרה"ח ר' בנציון יוסף ריינהאלד מנכ"ל פון די פאנדרעיזינג אפיסעס באגריסט דעם ציבור און איבערגעגעבן דעם סדר השבת.


תיכף דערנאך איז דער רבי ערשינען צום גרויסן זאל צו קידוש, און איידער קידוש משמיע געווען דברי התעוררות. נאך קידוש איז דער רבי אריין לחדרו המיוחד, און דער עולם איז זיך געגאנגען וואשן צו די סעודת שבת בצוותא חדא. במשך די סעודה האט מען געקוואלן פון די הערליכע שמועסן דורכ'ן נואם השבת הרה"ג ר' פנחס שנעעבאלג שליט"א ראש ישיבת וויזניץ לאנדאן. שפעטער איז דער רבי ערשינען אין זאל און מעריך געווען שולחנו הטהור פון די פיש און ווייטער, וואס האט זיך פארצויגן גאנצע פיר שעה. נאכ'ן טיש איז דער ציבור פארבליבן צו א פארברענגט מיט שירה וזמרה אנגעפירט דורך א קבוצה מנגנים, וואס האבן מהנה געווען מיט פארצייטישע צאנזע און באבוב'ע ניגונים.


שבת צופרי פאר'ן ליינען האט ר' בנציון יוסף ריינהאלד פארקויפט די עליות און ס'איז געשאפן געווארן אויפ'ן פלאץ די ריזן סומע פון א "פערטל מיליאן דאלאר", דעם רבי'נס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הנגיד ר' שלמה גאלדשטיין פאר א פאנטאסטישע סומע.


די סעודה שבת צופרי האט דער רבי אפגעראכטן מיט'ן ציבור, און במשך די סעודה מרחיב געווען את הדיבור בגנות תאוות אכילה און ריבוי התאווה, פארציילנדיג ווי דער זיידע ז"ל האט אזוי געווייטאגט אויף די מאכל "פיצא", אז ס'איז אן איטאליענע פרעס מאכל, און הגם ס'איז שוין היינט שטארק אריינגעקומען, דארף מען נאך אלץ פרובירן זיך צו פירן מיט אן איידלקייט במידי דאכילה וקדש עצמך במותר לך. מיט'ן בענטשן איז נתכבד געווארן הנגיד ר' חיים דונער, זון פונעם אומפארגעסליכן נדיב הנגיד ר' בנציון דונער, אייניקל פונעם קדושת ציון זי"ע.


שבת נאכמיטאג האט הרה"ג ר' פנחס שנעעבאלג געגעבן א פרקי אבות שיעור, און דערנאך האט דער רבי שליט"א מעריך געווען א פירות טיש און משמיע געווען יסודות'דיגע דברות קודש בנוגע חינוך הבנים. שפעטער איז דער רבי אריינגעקומען צו שלש סעודות וואס איז פאראיבער מיט גרויס התעוררות.


נאך מעריב און הבדלה האט דער רבי באזוכט אינעם 'באבוב-רינעק' און באוואונדערט דעם אייגנארטיגן אויסשטעל. שפעטער איז דער רבי ערשינען צו מלוה מלכה וואס איז אפגעראכטן אויף א גראנדיעזן פארנעם אין א בחינה פון קשה עלי פרידתכם'. דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פונעם הייליגן צאנזער זיידע זי"ע וועמענ'ס יארציילט איז געפאלן די וואך פריער.


דערנאך האט אויפגעטרעטן דעם רבי'נס זון הרה"צ ר' יחזקאל, וואס שטייט בראש פונעם קרן הבנין, זיך באדאנקענדיג פאר אלע משתתפים און אויסגעשמועסט די פלענער אויף ווייטער, און צום שלוס האט ר' בנציון יוסף ריינהאלד מהנה געווען מיט טרעפליכע חרוזים, וואס טוט מסכם זיין דעם שבת.


דער ציבור האט זיך געשיידט פונעם שבת מיט לעכטיגע געפילן און געהויבענע התרוממות נאכ'ן מיטלעבן אזא שבת מרומם וואס וועט אויף לאנג בלייבן איינגעקריצט.


השבת נועם הנשמות


























































bottom of page