מיטוואך פ' עקב • י"ז אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
גאר שארפע ווערטער איז געהערט געווארן דורכ'ן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א בעל תשובות והנהגות קעגן דעם עוכר ישראל דער ציוניסטישער רעליגיעזער זיכערהייט מיניסטער בן-גביר וועלכער האט זיך ליידער ווידעראמאל געוואגט מיט א פרעכע עזות און חוצפה עובר צו זיין אויפ'ן איסור כרת מיט'ן ארויפגיין אויפ'ן הר הבית.
אין א זעלטענע שריט האט דער פוסק הדור אויסגעדרוקט דעם קול מחאה אויף די ענגלישע שפראך, דערקלערנדיג פאר אידן איבער די גאנצע וועלט אז "בן גביר שפילט זיך ארום מיט די תורה הקדושה פאר זיינע פאליטישע צוועקן, ער לעבט ווי א חי', און ער איז אפגעריסן פון עולם הבא". די שארפע ווערטער זענען געזאגט געווארן אנהויב פונעם שיעור הלכה וואס דער פוסק הדור געט וועכנטליך איבער במעון קדשו אין הר נוף, פאר א קבוצה פון בעלי בתים, צווישן זיי איינפלוסרייכע פילאנטראפן.
אין זיינע ווערטער פאדערט טוט דער פוסק הדור דערקלערט אז אידן איבער די גאנצע וועלט טוען זיך אפשאקלען פון די שענדליכע התנהגות פון בן גביר, און אז ער טוט קעגן דעם דעת תורה און דעת הרבנים בארץ ובגולה, ער האט די חוצפה ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית און נאך דערצו משכנע זיין אידן איבער די וועלט אהינצוגיין, און ער גייט טאקע ארויף אהין בעזות מצח אין באגלייטונג פון הונדערטער עוברי עבירה. ער איז עובר אויף איינע פון די ביטערסטע איסורים אויף וואס דער רבוש"ע איז אויף זיי כועס. מ'דארף מאכן א מחאה גדולה און מפרסם זיין אז ס'איז אן איסור גמור ארויפצוגיין אהין, און דער עונש דערויף איז כרת. דאס טוט אויפהעצן די אראבישע לענדער און דאס טוט רח"ל מפקיר זיין אידיש בלוט.
דער פוסק הדור האט דאן ארויסגעברענגט אז ס'ליגט א פליכט מסביר צו זיין פאר די אראבער און פאר די גאנצע וועלט אז בן גביר שטעלט פאר נאר א קליינע קליקע פון פראוואצירער וועלכע ארבעטן אויף די אייגענע האנט, ווייל על פי התורה טאר מען נישט ארויפגיין אויפ'ן הר הבית פאר משיח קומט.
Comments