top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויסן עולם שמחת התנאים לרגל שידוך שליסן פון הכלה תחי' בת האד' מווערדאן פון ב"פ

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' חקת בלק • ז' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארגאנגענעם מאנטאג נאכט איז פארגעקומען די שמחת התנאים בבית כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק, לרגל די שידוך שליסן פון הכלה תחי' א טאכטער פונעם רבי'ן מיט החתן בנש"ק זון פון הרה"ג ר' ישעי יוסף בריעף שליט"א זון פון הגה"ח ר' משה מאיר בריעף זצ"ל פון לאנדאן און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלאשין זצ"ל.


די שמחה איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אויף 56 אין בארא פארק, וואו א שיינעם ציבור חסידים ומעריצים האבן זיך דורכגעדרייט אפצוגעבן ברכת מזל טוב פארן בעל שמחה די ווערדאנער רבי שליט"א וואס האט יעדעם צוריקגעוואונטשן במאור פניו.


מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די זיידע מצד הגלה הגה"צ אבד"ק יעמערינג שליט"א חותן המלך, וועלכער האט דערנאך איבערגעגעבן דברי ברכה לכבוד די שמחה, דערנאך האט די רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי שבח והודאה לרגל השמחה במעונו, און מען האט געהערט א שיינע דרשה פון די חשובע מחותן הרה"ג ר' ישעי יוסף בריעף שליט"א ר"מ בישיבת דברי חיים, אינצווישן די דרשות האט מען געזונגען לעבעדיגע ניגוני שמחה, זייענדיג א געלעגנהייט דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב פארן די חתן, מחותנים, און זיידעס. צווישן אנדערע האבן זיך אנגעזעהן מערערע אדמור"ים ורבנים קרובי המשפחה, וועלכע זענען אויפגענומען געווארן לפי כבודם הראוי.



bottom of page