דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
בשמחה והתרגשות גרייטן זיך חסידי וויזניץ קאיימישע צו די געהויבענע ימי השמחה, און די היסטארישע נסיעה וואס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען קיין ארץ הקודש לפאר ולרומם על ראש שמחתו, אין באגלייטונג פון פילע חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן זיך קומען מיפרייען מיטן שמחה במעון הקודש פונעם רבי'ן, און מיטהאלטן די געהויבענע טעג מיטן רבי'ן אונטערוועגנס.
דער רבי שליט"א נעמט אונטער די מסע הקודש לכבוד די שמחת החתונה פון נכדתו הכלה, בת לחתנו הרה"צ ר' דוד טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט די חתן א זון פון הרה"ג ר' אלטר יצחק ראטענבערג שליט"א, זון פון הגה"צ רבי משה שמואל ראטנבערג אב"ד קאסאני וויליאמסבורג חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און א איידעם ביי הרה"צ רבי יעקב מרדכי טווערסקי אב"ד טשערנאביל אלעד איידעם ביי הגה"צ אב"ד ראדאמישלא רמות שליט"א, די גרויסע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק במעמד אלפי ישראל, די מעמד קבלת פנים און חופה אין טשערנאבילער בית המדרש, און די שמחת החתונה און די ריקודין אין ביהמ"ד הגדול מאחנובקא בעלזא אין בני ברק.
דעם קומענדיגן זונטאג פרשת עקב וועט די וויזניצער רבי שליט"א ארויספארן ממעון קדשו אין קרית וויזניץ קאיימישע אין באגלייטונג פון א קבוצה נכבדה מקורבים ומשמשים בקודש, און הונדערטער חסידים אברכים ובעלי בתים. אין א לעצט מינוטיגע טויש וועלן די הונדערטער בחורים תלמידי הישיבה הק' נישט מיטפארן מיט די נסיעה טראץ וואס די בחורים האבן זיך צוגעגרייט מיט שעות רצופות בהתמדה רבה צו קענען מיטהאלטן די נסיעה, דאס קומט נאכדעם וואס פילע פלי רייזעס קיין ארץ ישראל זענען אפגערופן געווארן צוליב די אנגצויגענקייט מיטן מלחמה, די רבי שליט"א האט פארשפארכן צו משלים זיין און ארויספארן אויף א ספעציעלער נסיעה מיט די בחורי חמד ביי אן אנדערע געלעגנהייט.
מאנטיג פארטאגס בבואו לחון את ארצינו הקדושה וועלן ארויספארן באסעס מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן אינעם לוד לופטפעלד, פון דארט וועט דער רבי אריינפארן קיין בני ברק און דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד אהבת שלום דחסידי וויזניץ אויף רחוב מלצר, נאכגעפאלגט מיט א מעמד קבלת פנים לכבודו, אויפדערנאכט וועט די רבי באשיינען די חתן מאהל אין ביהמ"ד הגדול טשערנאביל.
מאנטאג וישלח יום החופה וועט דער רבי דאווענען אין ביהמ"ד וויזניץ אויף רחוב מלצר, און דערנאך ארויפגיין בראש קהל חסידיו פוקד זיין דעם ציון הק' פון די זיידעס אדמור"י בית וויזניץ אין בני ברק, שפעטער ביינאכט וועט פארקומען די שמחת החתונה בקול צהלה ורנה אין בני ברק ווי באריכטעט.
מיטוואך נאכמיטאג וועט די רבי ארויספארן קיין בית שמש ווי די רבי וועט דאווענען מנחה אין ביהמ"ד תורת מרדכי אין די רמה ד' געגענט, דערנאך וועט פארקומען די צענטראלע שבע ברכות אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בית שמש, צוגעשטעלט דורכ'ן רבינ'ס ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א.
צומארגנס דאנערשטיג אינדערפרי וועט מען ארויספארן צו די מוקמות הקדושים אין גליל, אינעם קלימאקס וועט דער רבי שליט"א אנקומען אויף א תפילת רבים ביים ציון הק' פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. שבת קודש וועט דער רבי וויילן אין בני ברק, און מיטהאלטן די שמחת השבע ברכות בחצר הקודש טשערנאביל, די רבי שליט"א וועט אפרעכטן די תפילות, דער טיש פרייטאג צונאכטס און שלש סעודות, בקרב עדת חסידיו אין בני ברק, אין ביהמ"ד הגדול מודזיץ אויף רח' חבקוק וואס איז ארויסגעדינגען געווארן דורך די עסקנים אויף שבת.
מוצאי שבת וועט דער רבי ארויספארן קיין ירושלים עיה"ק צום ערשט אויף א מעמד בקשת רחמים ביים קבר רחל און דערנאך אויף א תפילת רבים ביים כותל המערבי שריד בית מקדשינו. מאנטאג ראה וועט פארקומען די לעצטע שבע ברכות אין ביהמ"ד אהבת שלום וויזניץ אויף רח' מלצר אין בני ברק, און צומארגנס דינסטאג נאך שחרית וועט זיך די רבי ארויסלאזן אין וועג צוריק למעון קדשו אין גיבבערס.
הנה ימים באים
Comments