top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קייט פון שמחה וחדווה ביי שבעת ימי המשתה לרגל שמחת בית מונקאטש - רודניק‎

מוצאי שבת פ' וארא • ג' שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


נאכפאלגענדיג די גרויסער חתונה אין די מונקאשטער הויף האבן תלמידי וחסידי מונקאטש מיטגעהאלטן א פולע וואך ביי די שבעת ימי המשתה, וואס איז געוועהן איין לאנגע קייט פון שמחה וחדווה. דאנערשטאג נאכט למחרת החתונה איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות מיוחד פאר די עסקנים און משוררים בחצר הקודש, דער משמח אלוקים ואנשים ר' ישעי' פוקס האט אויפגעטראטן מיט דברי בדחנות און פאסיגע חרוזים, אין כ''ק האדמו''ר ממונאקטש שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש און דברי ברכה פאר די סדרנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די שמחה אין די משוררים וועלכע האבן מהנה געוועהן בשירה וזמרה.


שבת שבע ברכות איז פארגעקומען אין רודניקער ביהמ''ד אין בארא פארק, שבת ביינאכט איז כ''ק האדמו''ר ממונקאטש שליט''א אריינגעקומען צום טיש לכבוד די שמחה, מיט די זמירות שבת האט די רבי שליט''א מכבד געוועהן די מחותנים אין זיידע'ס, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן די זיידע די רודניקער רב אין כ''ק האדמו''ר ממונקאטש שליט''א האט געזאגט אלע שבע ברכות.


נאכן בענטשן האט ר' שמעון ענגעל אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צו מצוה טאנץ מיט טרעפליכע חרוזים, דערנאך האט מען געזינגען 'לשם יחוד' און דער רבי איז געטאנצן א לענגערע צייט מיט גרויס התלהבות, דערנאך האט די רבי מכבד געווען די רודניקער רב צו טאנצן מצוה טאנץ. שבת נאכמיטאג זענען די מחותנים און חתן כלה אריבערגעקומען לביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט''א, וואו מ'האט געטרינקען לחיים און געטאנצן מצוה טאנץ כנהוג בחצר מונקאטש.


מוצש"ק איז פארגעקומען די שבע ברכות אין רודניקער ביהמ''ד צוגעשטעלט דורך די קהילה, מיט די השתתפות פונעם ראש בית אב די זיידע כ''ק האדמו''ר ממונקאטש שליט''א וועלכע האט זיך געוואשן צום סעודת שבע ברכות אין מלוה מלכה. עס האבן אויפגעטראטן הרה''ג רבי מרדכי הערש שפיצטער ראש ישיבת תורת צבי ספינקא אין דער זיידע די רודניקער רב, דערנאך האט מען געהערט קורצע דברי ברכה פונעם זיידן כ''ק האדמו''ר ממונקאטש שליט''א.נאכן בענטשן איז האד' ממונקאטש ארויס אין א ריקוד מיטן חתן און אלע מחותנים, און באזונדער מיט מחותנו די רודניקער רב, און מיטן מחותן הרה''ג ר' אפרים שלמה הלברשטאם.זינטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די שבע ברכות די שבע ברכות אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אייזיק גליק אין בארא פארק וואו עס זענען געלאדענט געווארן קרואי מועד ואנשי שם נגידי ותומכי המוסדות, צווישן אנדערע האט אויפגעטארטן מיט דברי תורה הנגיד ר' וואלף זיכערמאן ראש הקהל מונקאטש.


אויפדערנאכט איז פארגעקומען די שבע ברכות אין די וויענער זאל צוגעשטעלט דורך אברכי ותומכי כולל 'מנחת אלעזר' מונקאטש וואו עס האט זיך משתתף געוועהן כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתן אין מחותנים. במשך די שמחה האט אויפגעטראטן מיט דברי בדחנות הרה''ג רבי אברהם מרדכי מלאך.


דינסטאג אויפדערנאכט איז אפגעראכטן געווארן די צענטראלער שמחת השבע ברכות אין ביהמ''ד הגדול מונקאטש אין בארא פארק צוגעשטעלט דורך ק''ק מונקאטש ביי וועלכן עס האבן זיך משתתף געוועהן פילע אדמור''י ורבני העיר בארא פארק, דברי בדחנות איז געהערט געווארן פון ר' נחמן ליווי אין צום קלימאקס פונעם שמחה האט כ''ק האדמו''ר ממונקאטש שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש בדרוש ואגדה לכבוד השמחה במעון קדשו.


שבע ברכות דורך כולל מונקאטש

















שבע ברכות פאר די עסקני השמחה











צענטראלע שבע ברכות דורך האדמו"ר ממונקאטש



















שבע ברכות דורך הרבני הנגיד ר' אייזיק גליק










Comments


bottom of page