דינסטאג פ' ואתחנן - תשעה באב • ט' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג דברים העעל"ט איז אויסגעפאלן די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע הי"ד, וואס איז טראגיש אומגעברענגט געווארן על קידוש השם אין סאמע ברען פונעם ביטערן צווייטן וועלט קריג. לכבוד די הילולא האט נכדו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אפגעראכטן די סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול אין מתיבתא קעמפ מחנה זכרון צבי דוד אין פענסילוועניע, וואו דער רב שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא און געזאגט תורה כנהוג, נאכן טיש איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן לחיים.
Comments