top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אבל גדול: טויזנטער האבן באגלייט למנוחות הגאון ר' יהודה דרעי זצ"ל רב הראשי פון באר שבע

דינסטאג פ' חוקת • ג' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

מיט צער און ווייטאג האבן טויזנטער אידן פון די ספרד'ישע קרייזן באגלייט למנוחות האי גאון וצדיק, רבי יהודה דרעי זצ"ל, רב הראשי פון באר שבע וחבר מועצת הרבנות הראשות ובעמח"ס אמרי יהודה און אבני עזר, וועלכער איז נפטר געווארן אין בלויזן עלטער פון 66 יאר, נאכ'ן נישט זיין געזונט די לעצטע צייט.


דער פארלוסט פונעם גאון איז א שטארקע אבידה ביים ספרדי'שן אידנטום אין ארץ ישראל, ספעציעל אין שטאט באר שבע, וואו מ'האט מעתיר געווען פאר זיין רפואה, און מ'האט אים שוין אויך געהאט צוגעלייגט דעם נאמען 'רפאל' אלס סגולה לרפואה, אבער למגינת לבם פון די הונדערטער תלמידים ומעריצים האט ער מחזיר געווען נשמתו ליוצרה, וצדיק אבד לדורו אבד.


הגאון רבי יהודה דרעי זצ"ל איז געבוירן אין מאראקא ב' אב תשי"ז צו זיין פאטער הגאון רבי אלי' דרעי זצ"ל, און איז נתגדל געווארן אין די ארטיגע תלמוד תורה 'אוצר התורה', וואו ער איז הערליך געשטיגן בתורה ויראה. אלט זייענדיג צען יאר איז זיין משפחה ארויף קיין ארץ ישראל, וואו ער האט ממשיך געווען מיט זיינע לימודים אין די חרדי'שע 'מתיבתא' אין חדרה, לערנענדיג דארט אינאיינעם מיט זיין ברודער, יבלחט"א הרב ארי' דרעי יו"ר פון די ש"ס פארטיי. אין זיינע בחור'ישע יארן האט ער ממשיך געווען מיט די לימודים אין די בארימטע ישיבה "פורת יוסף" אין ירושלים, וואו ער האט זיך מדבק געווען אינעם ראש ישיבה מרן חכם בן ציון אבא שאול זצ"ל.


שפעטער איז ער אריבער צום ישיבת "עטרת ישראל", וואו ער איז געווען פון די מייסדי הישיבה און האט זיך געציילט אלס תלמיד חביב ומובהק פון מורו ורבו דער ראש הישיבה מרן הגאון רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל בעל ה'ברכת מרדכי'. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זיין רביצין, הרבנית מרים תחיק, טאכטער פון הגאון רבי יצחק טולדנו זצ"ל. נאך די חתונה האט ער פאר א לענגערע תקופה מכהן געווען אלס רב פון שכונת רמות אין ירושלים, וואו ער האט אויך געפירט דעם כולל אברכים קול יהודה.


פאר ארום 27 יאר צוריק איז ער געקרוינט געווארן אלס רב הראשי פון שטאט באר שבע, און אלס חבר מועצת הרבנות הראשות, אויפטוענדיג גדולות ונצורות פאר אידישקייט אינערהאלב די ספרד'ישע אידנטום, ספעציעל אין די געביטן פון סת"ם און מעמיד זיין דיינים מומחים פאר די ספרד'ישע קהלות. דער רב ז"ל איז געווען באקאנט אלס תלמיד חכם עצום און האט איבערגעגעבן שיעורים נפלאים. ער איז געווען אהוב ונערץ ביי אלע תושבי באר שבע, און האט געהאט א פתח פתוח ביי גדולי ישראל וועלכע האבן זיך גערעכנט מיט זיינ'ס א ווארט. אדאנק זיינע פעולות בהשכל ודעת האט ער מצליח געווען צו פאראייניגן אלע שטרעמונגען אין באר שבע אונטער איין ציל לעשות רצון אבינו שבשמים, און בזכותו איז שטארק פארמינערט געווארן די חילולי שבת אין שטאט, אלעס בדרכי נועם.


דער רב האט מחבר געווען צענדליגער ספרים בהלכה ואגדה, וועלכע זענען באקרוינט מיט הסכמות פון די מנהיגי יהדות החרדית, ווי מרן הרב שך ז"ל, מרן הגאון רבי עובדי' יוסף ז"ל. דער רב האט נאך לעצטנס מערערע מאל באשיינט די די גרויסע בחינות בחצר הקודש גור, פארהערנדיג די בחורים אויף אויף צענדליגער מסכתות בעל פה, בנוכחת כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. ליידער איז געווען שקעה חמה שלא בעונתה, און דער רב איז נתסלק געווארן לשמי מרום, לדאבון לבם פון אלע תלמידים ומעריצים און שומעי לקחו.


די מסע הלוי' איז ארויס פון ישיבת פורת יוסף אין ירושלים, און שפעטער ביים בית הלויות אין סנהדריה, וואו ער איז געקומען למנוחות עולמים, צווישן די מספידים איז געוועהן האד' רבי דוד אבוחצירא שליט"א וועלכע איז ספעציעל אריינגעקומען קיין ירושלים צום לוי', אויך האט זיך משתתף געוועהן ביים לוי' כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.


דער רב לאזט איבער א דור ישרים ומבורך, בנין וחתנין רבנן, און האט זוכה געווען זיך צו משדך זיין מיט גדולי ישראל, צווישן זיי הגאון רבי עובדיה יוסף זצ"ל, האבנדיג אלס מחותנים זיינע קינדער, די ברידער דער ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א ראשון לציון, און הגאון רבי אברהם יוסף אב"ד חולון. 


זכר צדיק לברכה




Comments


bottom of page