top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נחלי דמעות פארגאסן ביי מסע הלוי' פון הרה"צ חו"פ רבי שמעון שפירא זצ"ל מראשי המשפיעים לחסידי ברסלב

דינסטאג פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר

 

א ריזן ציבור בני ירושלים און חסידי ברסלב האבן נעכטן באגלייט למנוחות האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, מצדיקי ירושלים של מעלה המשפיע רבי שמעון ישראל שפירא זצ"ל מגדולי רבני ק"ק ברסלב וועלכע איז פריער אין טאג נסתלק געווארן און עלטער פון 76 יאהר צום באדרויער פון ברלסבער חסידים אומעטום. די מסע הלוי' איז ארויס פונעם בית הכנסת הגדול בירושלים, דער צענטראלער 'שוהל' פון חסידי ברסלב אין שכונת מאה שערים, וואו פילע הונדערטער אידן האבן אפגעגעבן דעם כבוד האחרון, און מיט געבראכענע געמיטער באוויינט על האי שופרא דבלי עפרא.


על פי צוואתו פון רבי שמעון, וואס ער האט אין די לעצטע תקופה איבערגעגעבן בעל פה פאר זיינע מקרובים, אז מ'זאל אים ברענגען לקבורה ווי גיכער נאר מעגליך נאך זיין פטירה, האט מען זיך צוגעאיילט מיט די לוי'. ווי נאר די מיטה איז אנגעקומען צום שוהל האט הרה"ח ר' שמואל מאיר חשין שליט"א – מחברי הנהלת השול פארגעזאגט פרקי תהילים, און דערנאך ממשיך געוועהן בקול בוכים די קינה הידועה וואס מען זאגט תענית בה"ב, "אנשי אמונה אבדו". דאן האט ר' שמואל מאיר געבעטן מחילה בשם די מתפללי ולומדי בית הכנסת ובשם כלל אנ"ש חסידי ברסלב. מען האט דערנאך באגלייט די מיטה צופיסנס וואו דער מנהג ירושלים ביז צום הר הזיתים, טראץ דער שלאקס-רעגן וואס האט זיך אראפגעלאזט. און ר' שמעון זצ"ל איז געקומען לקבורה נעבן זיין גרויסן זיידן הרה"צ רבי יוסף קדיש קרישבסקי זצ"ל מיקירי קרתא דשופריא.


































Comments


bottom of page