גרויסן ציבור חסידים ואוהדים ביי סעודת שלושים פון כ"ק האדמו"ר מקאסוב זצ"ל אין ירושלים
- בחצרות הקודש

- 30 ביולי 2024
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

ככלות השלושים להסתלקותו פונעם צדיק נשגב חסידא ופרישא כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצוק"ל איז דעם זונטאג נאכט אפגעראכטן געווארן אין ירושלים די שולחן הטהור און סעודת השלושים בראשות בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א מיט די השתתפות פון זיין גרויסן שווער כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א וועלכע איז ספעציעל אריינגעקומען קיין ירושלים בראש קהל חסידיו מיטצוהאלטן די סעודת שלושים וואס איז טאקע אפגעראכטן געווארן בבית מדרשו, ביהמ"ד דחסידי סערט וויז'ניץ אויף רח' גרוסברג וואס איז געוועהן עד אפס מקום מיט פילע חסידים ומעריצים פון אומעטום.
די אדמורי"ם שליט"א זענען אינאיינעם אריינגעקומען צום טיש און זיך געוואשן צום סעודה, די קאסובער רבי האט געמאכט דעם סיום ש"ס משניות וואס איז געלערנט געווארן לעילוי נשמתו הטהורה, און דאן געזאגט תורה זייענדיג מרחיב בדיבורו איבער פארשידענע יסודות איתנים אין עבודת השם במשנתו הטהורה, באגלייט מיט עובדות קודש און געהויבענע שטריכן פון זיין גרויסן טאטן, בתוך דבריו האט די רבי שליט"א דערמאנט די שיינע יאהרן וואס ער האט זוכה געווען צו וואוינען אין רמת וויז'ניץ חיפה בצלו פון זיין גרויסן שווער.
דערנאך האט אויפגעטראטן מיט א דרשה כ"ק אדמו"ר מאנטניא שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט וויפל מ'דארף וויינען און קלאגן אויף אזא פארלוסט פון אן אדם הגדול שבענקים וואס איז געווען א געטליכע רבי שלא מעלמא הדין, און מעורר געווען דעם ציבור זיך מחזק זיין אין די הייליגע דרכים אשר הנחיל לדורות. בשעת די סעודה האט מען געזינגען פילע ניגוני בית קאסוב - וויז'ניץ, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, ווי די רבי'ס האבן גענימען שיריים איינער פון אנדערן, מיט גרויס אהבה והערצה.
דער משא המעמד איז געהערט געווארן דורך הגה"צ רבי מרדכי געלבער רב ביהמ"ד מונקאטש אין בני ברק - א שוואגער פונעם קאסובער רבי'ן זצ"ל וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שילוב פונעם רבי'ן וואס איז פון איין זייט געווען א לוחם מלחמת השם און מצד שני א ווייעך הארץ, און דערציילט זכרונות נאך מימי נעוריו בצילו פונעם זיידן די שבט הלוי זצ"ל וועלכע האט שטארק מחשיב געוועהן דעם אייניקל. צום שלוס האט מען געהערט דברי זכרון פון כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א וועלכע האט דערציילט איבער פארשידענע הדרכות והנהגות וואס ער האט מקבל געוועהן פונעם רבי'ן בימי שבתו אין בארא פארק, וואס קומט צו איהם צוניץ אין אלע זמנים.
אויפן אויבן אן האבן זיך אויך אנגעזעהן כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, הגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ירושלים שליט"א, הגה"צ אב"ד סקאהל שליט"א, הרה"צ רבי ברוך האגער אב"ד ברכת משה בית שמש, הרה"צ רבי שלום צבי סופר בנו יחידו פון האדמו"ר מערלוי, הגאון רבי עקיבא וואזנער מו"ץ העדה החרדית, הרה"צ רבי מאיר עמנואל האגער אב"ד ראצפערט בית שמש און נאך. די קאסובער רבי שליט"א האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס, און דערנאך איז די גאנצע ציבור דורך ביי די אדמורי"ם וואונטשן לחיים.









































תגובות