top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מוסדות ראחמיסטריווקא געשלאסן קאנטראקט אויף בנין אדיר אין בארא פארק פארן בית חינוך לבנות 'בית שפרה'

מיטוואך פ' בהעלותך • י"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

אין די יעצטיגע טעג האט הנהלת מוסדות ראחמיסטריווקא אין בארא פארק געשלאסן קאנטראקט פאר א נייעם בנין מפואר פארן געברויך פונעם הויעך-שולע פונעם בית חינוך לבנות 'בית שפרה' דחסידי ראחמיסטריווקא.


בשעת דער וואוקס פונעם ביז יעצטיגן געדינגענעם לאקאל איז שוין געווארן שטארק אויסגעוואקסן, ובפרט די לעצטערע יארן, ווען דער געדרענג און דחקות איז געווען עד אין לשער, איז דער הנהלת המוסדות מיט גרויס סיעתא דשמיא, און בעידודו וברכת קדשו פונעם מנהיג העדה ונשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, אריין אין קאנטראקט אויף דעם זיבן-מיליאן דאלארדיגן מקח פאר דעם בנין גדול ונהדר צו אקאמאדירן די הונדערטער תלמידות.


דער בנין אדיר פון העכער "הונדערט אויף הונדערט" סקווער פיס, געפינט זיך אויף די ניין און דרייסיגסטע גאס אין בארא פארק, און וועט אין די נאנטע צוקומפט איינגערישט ווערן אלס פיל שטאקיגע בנין אדיר ומפואר פאר די מיידל שולע פון וואו טויזנטער תלמידות זענען הערליך אויסגעשטיגן לשם ולתפארת.


לכבוד דעם גמר המקח איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבת לחיים בקודש פנימה ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, וואו דער רבי שליט"א איז ווידער איבערגעגאנגען די פלענס און ארויסגעברענגט מיט רגשי קודש ושמחה די געוואלדיגע סיעתא דשמיא וואס האט באגלייט לאורך הדרך, ביז מ'האט געלויבט השי"ת זוכה געווען לברך על המוגמר, און מאציל געווען ברכת קדשו אויף די ווייטערדיגע הצלחה אויפצובויען דעם בנין החדש.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

Commentaires


bottom of page