top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להיפקד בדבר ישועה ורחמים • געהויבענער נסיעה למקומות הקדושים דורך האד' מביאלא

דאנערשטאג פ' בלק • י"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד כהן

 

נעכטן מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א ארויסגעפארן אויף א נסיעה בערי הגליל וואו די רבי וועט זיך אויפהאלטן ביז איבער שבת און משפיע זיין מהודו והדרו אויך עדת צאן מרעיתו, נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.


נאכמיטאג איז די רבי שליט"א אנגעקומען אויף א תפילת רבים בראש קהל חסידיו אין אתרא קדישא מירון, נאכגעפאלגט מיט א שולחן לחיים און מעמדי החאלאקע'ס, שפעטער אויפדערנאכט איז די רבי שליט"א אנגעקומען קיין חיפה וואו עס איז צום ערשט פארגעקומען א מעמד לחיים און שמחת החאלאקע פון א אייניקל ביים רבי'ן שליט"א א זון פון זיין זון הרב פנחס נחמן ראבינאוויטש נכד כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א, אין בית מדרש הגדול אין רמת וויזניץ חיפה, דערנאך איז די רבי אנגעקומען אויף תפילת מעריב בבית מדרשו אין שטאט חיפה.


מארגן ערב שבת קודש נאך שחרית וועט די רבי שליט"א אנקומען קיין עיר הקודש צפת, און דארט פראווען א געהויבענעם שבת בבית מדרשו אין שטאט בקרב חסידיו תושבי העיר.



Comentarios


bottom of page