דינסטאג פ' בהר • י"ג אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: צבי בלום
פילע אידן תושבי ארץ הקודש האבן זיך נעכטן נאכמיטאג פארזאמלט ביי די לוי' פון כ"ק אדמו"ר מסטערליסק זצ"ל וועמענס ארון איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל לקבורה. די לוי' איז ארויס פון בית הלוית שמגר וואו עס האט זיך אנגעזעהן א שיינעם ציבור אידן אין שפיץ פון חשובע אדמור"ים רבנים קרובי המשפחה און גוטע פריינד.
עס האבן מספיד געוועהן, די קינדער הרה"צ רבי אפרים מרדכי קלוגהופט שליט"א זיין ברודער הרה"צ רבי מיכל קלוגהופט שליט"א און כ"ק אדמו"ר מסאטינוב שליט"א אן איידעם פונעם סטרעליסקער רבי ז"ל, דערנאך איז געהערט געווארן דברי הספד פונעם פלומעניק הגה"צ רבי אליעזר צבי טויב אב"ד קאלוב און הרה"צ רבי דוד טווערסקי אב"ד ראחמיסטריווקא ירושלים, א פלומעניק.
נאך די הספדים האט מען באגלייט די מיטה אויפן וועג צום הר הזיתים וואו די רבי איז געברעגנט געווארן לקבורה בחלקת אבותיו נעבן זיין טאטן כ"ק אדמו"ר מסטרעליסק זצ"ל. בראש המלווים האבן זיך אנגעזעהן: האדמור"ים מנדבורנה י-ם, סקולען י-ם, זוועהיל, סטריקוב ירושלים, שאץ ירושלים און נאך.
ברוך דיין האמת