דאנערשטאג פ' משפטים - כ"ה שבט תשפ"ג
קול בחצרות - די חשובע נגידים ותומכים 'שרי האלף' פון מוסדות וויזניץ בית שמש האבן דער וואך מיטגעהַאלטן די געהויבענע נסיעה צו די מקומות הקדושים אין איראפע, בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א אויסצובעטן ישועות ורפואות וכל מילי דמיטב.
דאנערשטיג אינדערפרי האט זיך דער רבי שליט"א מיט די פמליא ארויסגעלאזט קיין פולין, און אין די מיטאג שעה'ן געלאנדעט אין די לופטפעלד אין קראקא, צום ערשט איז מען צוגעפארן צום איר אלטן בית החיים אין קראקא ווי מען האט פוקד געווען די ציון הקדוש פונעם הייליגן רמ"א און נאך, פון דארט איז מען צוגעפארן צום נייעם בית החיים אין קראקא צום ציון הק' פונעם הייליגן מאור ושמש, דערנאך איז מען ארויסגעפארן צום הייליגן שטאט דינוב, וואו מען האט געדאווענט א פייערדיגע תפילת מעריב ברוב עם הדרת מלך, און דערנאך איז געוועהן צוגעגרייט א רייכע נאכטמאל זיך צו דערקוויקן דאס הארץ, צוגעשטעלט דורך די ועד הכנסת אורחים אין שטאט דינוב.
צומארגנס פרייטיג נאך תפילת שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי הכנה איידער פוקד זיין דעם ציון הק' און דאן איז מען אינאיינעם ארויף צום ציון הק' פון הייליגן בני יששכר זי"ע.
מיט התרוממות הנפש און התרגשות'דיגע געפילן האבן די חשובע משתתפי הנסיעה אריינגעטרעטן צום הייליגן שבת, האבענדיג די זכיה מיטצולעבן א שבת מיטן רבי'ן סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם הייליגן בני יששכר ליהנות בזיו אורו הבהיר. די תפילות און טישן זענען אפגעראכטן געווארן אינעם ארטיגן בנין הכנסת אורחים מיט גרויס דערהויבנקייט.
מוצאי שבת איז פארגעקומען א עלעגאנטע מסיבת מלווה מלכה און מעמד הוקרה פאר די חשובע נדיבים, ווי די רבי שליט"א האט דערציילט סיפורים ועובדות לרגל די הילולא קדישא פון זקנו הרה"ק די מיטעלע בעלזא רב זי"ע.
זינטיג צופרי איז מען ארויסגעפארן קיין ליזענסק, וואו עס איז צוערשט פארגעקומען א ספעציעלע מעמד הכנה איידערן פוקד זיין דעם ציון הק' פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע. די רבי שליט"א האט אויפגעטרויטן מיט א גאר רירענדע דרשה און אויפגעשטורעמט דעם ציבור איינצורייסן לישועות הכלל והפרט און אינזין האבן די דריגענדע צרכים פון יעדע אידיש קינד, ספעציעל האט די רבי געבעטן מתפלל צו זיין און איינרייסן לרפואתם השלימה פונעם שווערן מרן אדמו"ר מוויזניץ, די ברודער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קאיימישע און פאר כ"ק אדמו"ר מקאסוב לרפו"ש, און אנגעוואונטשן מברכות קדשו פארן ציבור, מ'זאל אויסבעטן אלעס גוטס און גוטע השפעות
דערנאך איז מען ארויף צום ציון הק' און זיך געשטעלט זאגן תהלים מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות
פון ליזענסק האט מען פארגעזעצט די נסיעה צו די מקומות הקדושים אין לאנצהוט און אין רימנוב, און פארנאכטס איז מען אנגעקומען קיין אוהעל צום ציון הק' פון הייליגן ישמח משה זי"ע, צום שלוס פונעם נסיעה איז מען ארויסגעפארן קיין קערעסטיר, וואו מ'האט געהאט די זכיה צו פוקד זיין דעם ציון הק' פון הייליגן רבי'ן ר' ישעי'לע פון קערעסטיר זי"ע, זייענדיג אין קערעסטיר האט זיך די רבי אומגעקוקט אין רבי ישעילע'ס הויז אין די קאך פונעם הכנסת אורחים אין קערעסטיר.
די געהויבענע מסע הקודש האט זיך געשלאסן מאנטיג נאכמיטאג ווען דער רבי מיט די פמליא האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין ארץ הקודש, מיט גאר געהויבענע געמיטער האט זיך דער ציבור צוריק געקערט אהיים האפנטליך, אז מ'האט גע'פועל'ט אלעס גוט'ס
Comments