top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פילע אידן באגלייטן למנוחת עולמים הרבנית הצדקנית מבארניב ע"ה ביי לוי' אין מאנסי אין שיכון סקווירא

זונטאג פ' וישב • כ' כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש


פילע אידן האבן דעם ליל שישי באגלייט למנוחת עולמים הרבנית הצדיקת מבארניב ע"ה, אשר חבר כחבר, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, און ברתא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון זעקס און זעכציג יאר.

איידער די לוי' אין מאנסי איז די מיטה אנגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואו די חשובע נפטרת איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פון איר גרויסן זיידן הרה"ק מסקווירא זי"ע, און איז געווען שטארק אקטיוו אין די פעלד פון חינוך הבנות אין סקווירא שטעטל, וואו פילע חסידים און די תלמידי הישיבות דחסידי סקווירא, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א זענען ארויסגעקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פאר די חשובע בת קדושים. אינצווישן האט זיך פארזאמלט א גרויסע ציבור פארנט פון ביהמ"ד בארניב אין מאנסי. בראש וראשון האט מספיד געוועהן בקול בוכים איר גרויסן מאן כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, דערנאך האבן מספיד געווען דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א, און די חשובע קינדער: הרב יוחנן, הרב יעקב יוסף, הרב דוד און הרב אלעזר הלברשטאם, די מספידים האבן ארויסגעברענגט פארשידענע שטריכן פון איר לעבן וואס איז געוועהן איין לאנגע קייט פון צדקות און פשטות, און ווי איר זיידן הרה"ק מסקווירא זי''ע האט ארויסגעהויבן אירע כח התפילה אין זיך אויסגעדריקט בלשונו אז אירע תפילות טוען אויף גדולות ונצורות בשמי מעל. נאך די הספדים האבן הונדערטער אידן באגלייט די מיטה ברחובות העיר, שפעט ביינאכט כחצות הלילה איז די נפטרת געברענגט געווארן למנוחת עולמים אויפן בית החיים הר שלום אין מאנסי - חלקת בארניב, סמוך ונראה צום ציון הק' פון איר גרויסן פאטער הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, בשעת די סתימת הגולל האבן זיך משתתף געוועהן די פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די ברידער כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית ראחמסטריווקא, אין די שוואגער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א. ביי די לוי' האבן זיך אויך אנגעזעהן פילע אדמור"י ורבני העיר מאנסי וקרובי המשפחה, צווישן זיי האחים האדמורי"ם לבית וויזניץ שליט''א און נאך. תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.











Komentarze


bottom of page