top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טעגליכע נייעס באריכט • זונטאג פנחס תש"פ


מעמד חומש סעודה אין תלמוד תורה באבוב אין מאנסי בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


מעמד הכנסת ספר תורה אין קרית ויואל משה אין מאנטיסעלאו אריינגעגעבן דורך הרבאייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו, בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


מעמד הכנסת ספר תורה וועלכע איז געשריבן געווארן דורך הגה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט"א אבד"ק אוהעל ובני משפחתו, וואס ווערט אריינגעפירט צום היכל הביהמ"ד אין "אחדות קאלאני" אין היילענד מיללס נעבן קרית יואל, לע"נ הרה"ח ר' אליעזר אבראמאוויטש ע"ה.


מעמד חומש סעודה אין תלמוד תורה צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד, די מעמד קומט פאר אין די טערעס ריווער זאל אין לעיקוואד.

 

שמחת הברית פון אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בן לנכדו הרה"ג רבי אלעזר טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וחתן הגה"צ רבי חיים לייבוש באב"ד שליט"א ראש ישיבת תורת חסד, די שמחת הברית קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין לאנדאן.

שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א בן לבנו הרה"צ רבי שלמה בידערמאן שליט"א, די שמחה קומט פאר אין היכל ביהמ"ד הגדול לעלוב אין בית שמש.


שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א בן לחתנו הרה"צ רבי משה נתן לעמבערגער שליט"א בן הגה"צ אב"ד מאקאווא ב"ב זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול בוהוש אין בני ברק.


שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מספינקא דונולו שליט"א בן לבנו הרה"צ רבי יחיאל יהושע ווייס שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א חתן הגה"צ רבי יהוסף חיים שיינפעלד שליט"א מקאסאן וגאב"ד קרית הרצוג, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד ספינקא אויף רחוב דונולו אין בני ברק.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג רבי עמרם יונגרייז שליט"א ר"מ בישיבה גדולה פאפא בן הגה"צ אב"ד יעמרינג שליט"א וחתן הגה"צ רבי משה חיים איליאוויטש שליט"א משאמשאן, מיט הכלה בת הרה"ג רבי שמעון ישראל מלוביצקי שליט"א בן הגה"צ אב"ד סלאנים מאנסי שליט"א וחתן הגה"צ רבי יעקב דוב שפיטץ שליט"א מביסטריץ.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב לוי יצחק מאלוויצקי שליט"א, זון פון הגה"צ ר' סיני מאלוויצקי שליט"א מגיד מישרים, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן דוד פאנעט זצ"ל, אייניקל פון כ"ק האדמורי"ם מטשאקאווא און נדבורנא אראד זצ"ל, און פון הגה"צ אבד"ק שומרי שבת זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב אלטר ברוך דוב ווידער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יצחק אייזיק ווידער זצ"ל אבד"ק לינז אין נוה יעקב געגנט אין ירושלים, און איידעם ביי הרב נפתלי הירצקא גרינצווייג שליט"א פון וויען.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב זרח פינקעלשטיין שליט"א ר"ם בישיבת בעלזא אין בית שמש, זון פון הגה"צ ר' לייבל פינקעלשטיין שליט"א מרבני בעלזא אין מאנסי, און איידעם ביי הגה"צ ר' אהרן רובינפעלד שליט"א נייער ראש ישיבה אין בעלזא ירושלים, און מחבר ספר תורת הקנינים, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב שמואל אהרן וואסערמאן שליט"א, זון פון הגה"צ ר' שלמה וואסערמאן שליט"א אבד"ק לעלוב ב"ב, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל מיכל האלבערשטאם שליט"א מקרשאנוב ארה"ק, און אייניקל פון הרה"ק ר' אברהם שלמה מלעלוב זי"ע.

 

ניחום אבלים: כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ב"פ שליט"א זיצט שבעה צו די פטירה פון זיין שוועסטער הרבנית פערל שפירא ע"ה מקעכניא, דער רבי זיצט בביתו נאוה קודש אין בארא פארק.





 

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' דוד מראחמיסטריווקא זי"ע - נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא היינט פארנאכטס אין ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בארא פארק. נכדו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אין ירושלים, און אפרעכטן די סעודת הילולא אין היכל הטישן אין ירושלים.


היינט נאכט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל נחל יצחק מזוטשקא זי"ע, נכדיו כ"ק האדמורי"ם לבית זוטשקא שליט"א, וועלן פראווענען יארצייט סעודות בבתי מדרשם. כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו ביתר שליט"א וועט היינט נאכט פראווענען די יארצייט סעודה פון זקינו הרה"ק בעל נחל יצחק מזושטקא זי"ע בבית מדרשו אין ביתר.

bottom of page