מיטוואך לך לך • ה' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN
פארלאפאנעם וואך איז פארגעקומען אין ירושלים די שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשיניץ שליט"א, א אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ אברהם יעקב פלינטנשטיין, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, דער רך הנימול איז אויך א אייניקל פון הגה"צ אבד"ק זוועהיל בני ברק שליט"א. מיט סנדקאות איז נתכבד געווארן דער זיידע האד' מאלכסנדר און מיט די ברכות דער פעטער האדמו"ר מלויצק, מהכסא האדמו"ר מסטריקוב פון ירושלים, און מוהל איז געוועהן האדמו"ר מביאלא - א פעטער ביי די שמחה. נאכ'ן ברית האבן די אדמורי"ם שליט"א אפגעראכטן א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה און געוואונטשן ברכות לרוב.
Comments