זונטאג פ' כי תבוא • י"ב אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: אברומי בלום
טויזנטער חסידי באבוב 45 האבן זיך פאריגע וואך מאנטאג נאכט מיטגעפריידט ביי די גרויסע חתונה בחצר הקודש, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' חיים בנציון אונגער שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק טובי' רובין זצ"ל מציעשנוב, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' בנציון דוב האלבערשטאם שליט"א ר"ם במתיבתא ד'באבוב 45, זון פון כ"ק אדמו"ר מסארוואש זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' לייבל סטעמפל שליט"א, אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע.
א באזונדערע התרגשות האט ארומגענומען חסידי באבוב-45, ווען ביי די יעצטיגע חתונה איז הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע דריי מאל א זיידע פון חתן וכלה, און אזוי אויך אז די כלה איז אן אייניקל פון הגה"ח ר' לייבל סטעמפל שליט"א פון לאנדאן אייניקל פונעם הייליגן קדושת ציון, זייענדיג א זון פון הרה"צ ר' משה סטעמפל זצ"ל וואס איז געווען אן איידעם ביים קדושת ציון.
די געהויבענע שמחה האט זיך אנגעהויבן נאך מבעוד יום, ביים מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45, הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט מסדר געווען די כתובה, אין דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א אנגעטון פארן חתן די קיטל, און אזוי אויך די ירושה קאפלעך פונעם הייליגן צאנזער רב און שינאווער רב זי"ע.
ביים חופה האט זיך די רבי שליט"א באגריסט מיטן געהויבענעם פעטער פון די כלה כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א וועלכע איז מכובד געווען מיט סידור קידושין און האט דאס איבערגעגעבן פאר הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע, ברכות ראשונות די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, און ברכה אחריתה די זיידע הגה"צ ר' לייבל סטעמפל שליט"א. נאכן חופה האט די רבי שליט"א משמיע געוועהן קורצע דברי ברכה לכל העם הנאספים אין דעם גרויסן זמן, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די מחותנים און זיידע'ס.
תיכף נאכן חופה איז פארגעקומען די סעודת החתונה צוגעשטעלט כיד המלך אין ביהמ"ד הגדול באבוב 45. בשעת די סעודת החתונה האט מען זיך משמח געוועהן מיט ריקודין איבערהויפט ביים זינגען די פרייליכע ניגוני קודש פארפאסט דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א. דורכאויס די חתונה האבן זיך אנגעזען פילע אדמור"ים ורבנים, צווישן זיי האדמור"ים מוויזניץ ירושלים, וויזניץ בארא פארק, בית חיים יהושע, אלכסנדר, וויעליפאלי, סערט וויז'ניץ לעיקוואד, ראש ישיבת בית מאיר, באסטאן בארא פארק, לינסק, הרה"צ רבי יעקב בער טייטבוים אבד"ק סיגוט, הרה"צ דוד דוב האגער בן האד' מוויז'ניץ מאנסי, אב"ד זלאטשוב סטאניסלאוו, אב"ד יארטשוב, אב"ד ניימארק, אב"ד ברזעאן, אב"ד קאריץ און נאך.
נאכן בענטשן איז פארגעקומען די מארש כמנהג באבוב דורך א גרופע בחורים פון חברת משמחי לב. הרב צבי ארי' ריינהאלד האט דאן גענימען דאס ווארט אויפרופנדיג די זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א צום מצוה טאנץ. נאכן זינגען דעם ניגון רחמים רבים פונעם הייליגן ר''ר מיכעלע מזלאטשוב זי''ע האט די רבי משמיע געוועהן גאר רירענדע דברי התעוררות און דערמאנט די פילע ישועות אין רפואות וואס אידישע קינדער זענען אנגעוויזן, און בפרט די חולי ישראל המרובים ל"ע. דערנאך האט די רבי שליט''א צוגעטראטן צו די ריקודים של מצוה לפני הכלה, און מיט אן אש קודש געטאנצן א לענגערע וויילע בעת דער ציבור הייבט זיך טפחיים על גבי קרקע, און דאן געטאנצן מיט די חתן מחותנים און זיידעס, דערנאך איז די רבי ארויס אין א גרויסן רינג מיט די גאנצע משפחת המלוכה, און א באזונדערע ריקוד מיטן זיידן הרה"צ רבי לייבל סטעמפל שליט"א. דערנאך האבן געטאנצן די אנדערע זיידעס און מחותנים. נאכן מצוה טאנץ איז מען געטאנצן אויפן מקובל'דיגן ניגון אין כאלוקינו, און דערמיט איז געשלאסן געווארן די שמחה הרוממה.
Opmerkingen