פרייטאג פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארגאנגענעם ליל שישי פ' חקת איז אין די נייע רמה ד' געגענט אין בית שמש פארגעקומען די פייערליכע מעמד 'הנחת אבן הפינה' ווי עס איז געלייגט געווארן די גרונדשטיין פארן בית גדול לה' ביהמ"ד חסידי סקווירא אינעם שכונה, אין שפיץ פונעם אורח הכבוד הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן זקונים פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וואס איז געקומען צופארן בשליחות הקודש צו באשיינען די מעמד, און מיט די השתתפות פון אלע רבני הקהילה מרחבי ארץ הקודש, און פילע רבני השכונה.
הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א האט פארגעזאגט די ספעציעלע מזמורי תהילים וואס די רבי האט באשטימט צו זאגן ביים מעמד, די דיין הקהילה הרה"ג ר' הערש אלימלך גאלדקלאנג שליט"א האט אויפגעטראטן מיט א דרשה ארומרענדיג בגודל קדושת המעמד, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דאן האט הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א געגאסן די יסודות פארן בית מקדש מעט, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, ווי עס האבן אויפגעטראטן הגאון רבי אהרן גאלדמינצער דומ"ץ סקווירא ירושלים, און הרה"ג ר' הערשל איינהארן דומ"ץ סקווירא בית שמש, די משא המעמד איז געהערט געווארן דורך הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי שליט"א מיט לענגערע שמועס בגודל קדושת בית המדרש, די מעמד האט זיך געשלאסן מיט פייערדיגע ריקודין לכבוד המאורע.
Kommentare