top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געזעגענונגס באזוך פון האד' מבאבוב בהיכל המתיבתא בעפארן אפרייזן אויף מנוחת הנפש

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 12 בפבר׳ 2025
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' יתרו • י"ד שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


נעכטן מאנטאג אינדערפרי האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אפגעשטאט א באזוך בהיכל המתיבתא אין בארא פארק איידערן זיך ארויסלאזן קיין פלארידא אויף אפרוה. דער רבי האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי חמד תלמידים הקרויים בנים, און נאכן אפגעראכטן א מסיבת לחיים וואו ער האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש דברי התחזקות והתעוררות פאר איבער א שעה צייט און צווישן אנדערע מעורר געווען איבער פארשידענע פירצות וואס כאפן זיך אריין ביים היימישן ציבור, די היינטיגע מאדעס למיניהם, פראסטע חתונות און נאך ענינים הצריכים חיזוק, און שטארק מחזק געווען די בחורים צו זיצן און לערנען בהתמדה.



תגובות


bottom of page