top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נגיל ונשיש בזאת התורה • פרייליכע מעמד הכנסת ספר תורה צום מחנה שלוה ד'באבוב

דינסטאג פ' פנחס • י"ז תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א הערליכע מעמד הכנסת ספר תורה איז אפגעהאלטן געווארן דעם זונטאג נאכמיטאג אין מחנה שלוה ד'באבוב וואו עס איז אריינגעגעבן געווארן א ספר תורה לעי''נ הבחור החשוב ישראל בעק ע"ה, נתנדב געווארן דורך זיינע קרובים וידידים, און איז געפייערט געווארן מיט די באטייליגונג פון די תלמידי המחנה בראשות כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א. די רב שליט"א האט אריינגעפירט די ספר תורה אין ביהמ"ד בתופים ומחולות און אפגעראכטן די ריקודין קדישין לכבודה של תורה. די רב איז דערנאך געטאנצען מיט גיסו הגה"צ דומ"צ באבוב שליט"א, כ''ק האדמור מזידיטשויב שליט"א, און הגה"צ ר' אפרים ראזען שליט"א דומ"צ טארטיקוב און דערנאך ארויס און פרייליכע טענץ מיט די בני המשפחה און מיט די ידידים פונעם נפטר וואס האבן מנדב געווען די ספר תורה, די רב שליט"א האט דאן אריינגעפירט די ספר תורה אינעם ארון קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור. דערנאך האט דער רב משמיע געווען אמרי קודש לכבוד נתינת ספר תורה כנהוג, און בתוך דבריו משבח געווען די חשובע גוטע פריינד פונעם נפטר וואס זענען אלע יארן געשטאנען צו די האנט, און דערביי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די תלמידי המחנה.























































Comments


bottom of page