top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אומבאשרייבליכע רישומא דקדושה ביי רבבות חסידים נאכן מיטלעבן לעכטיגן "זמן שמחתינו" אין סאטמארער הויף

דאנערשטאג נח • כ"ט תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

חסידי סאטמאר האבן מיטגעלעבט גאר געהויבענע טעג בצילא דמהימנותא אין קרית יואל, ליל שמיני עצרת ביי די פערטע הקפה זענען די געסט פון ארה"ק מכובד געווארן מיט א ספר תורה, נאך די זיבעטע הקפה איז דער רבי ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט ממשיך געווען די ריקודין ביתר שאת מיט א געוואלדיגע התלהבות.


ביי די דברות קודש ביים טיש אויפן פסוק והיית אך שמח, האט די רבי ארויסגעברענגט אז דורך די פיפצן סעודות פון יו"ט סוכות און שמיני עצרת פטר'ט מען זיך פון אלע צרות, ביום שמיני עצרת נאך מוסף האט די רבי אפגעראכטן די קידושא רבה אינעם גרויסן סוכה אינאיינעם מיט די פילע געסט, נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום סוכה הגדולה זיך צו געזעגענען פון די סוכה, בתוך דבריו האט די רבי געזאגט אז מען דארף געבן א שבח והודיה פאר הקב"ה אז מען האט געקענט מקיים זיין מצות סוכה א גאנץ סוכות אן קיין הפסק און עס האט נישט גערעגנט א גאנץ סוכות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז עס זאל זיין חסד ורחמים א גאנץ יאר אן קיין הפסק, נאך די תורה האט דער רבי געווארפן עפל כמנהג אביו בעל ברך משה זי"ע ולמעלה בקודש, דערנאך האט דער רבי געזאגט די יהי רצון ליציאה מהסוכה און זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בשמחה של מצוה און ארויסגעטאנצן פון די סוכה און אריינגעטאנצן אין ביהמ"ד זיך אנכאפענדיג אין הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און ארומגעטאנצן אין ביהמ"ד א שטיק צייט.


בליל שמחת תורה, האט זיך די הקדמה פאר די הקפות פארצויגן פאר קרוב צו צוויי און א הַאלב שעה, ווען אינצווישן האט די רבי שליט"א זיך פינעף מאל אפגעשטעלט און געזאגט דברות קודש,  און ערשט אום פיר אזייגער פארטאגס האט מען זיך גענומען צו די ריקודי ההקפות, ווָאס הָאט זיך פַארצויגן אויף נָאך קרוב צו א אנדערטהַאלבן שעה, און ערשט אום 5:30 הָאט די רבי שליט"א און צוגאב צו נאך קרוב צו "טויזנט" אידן בליעה"ר זיך אהיימגעאיילט צופרַאווען די סעודה פון יו"ט.


פון די גָאר שיינע מָאמענטן מדי שנה בשנה אין די ימי שמחת תורה, זענען די בַארימטע "קינדער הקפות" ווָאס ווערן אפגעראכטן בליל שמחת תורה, ווען די אלפי התשב"ר פרַאווענען עקסטער די הקפות פאר זיך אין ביהמ"ד הגדול, אונטערן אויפזוכט פון די חשוב'ע מרביצי תורה ומחנכים, דָאס יָאר הָאבן די קינדער געהַאט די סּפעציעלע געלעגענהייט ביי די קינדער-הקפות,  מקיים צו זיין די מצוה שבתורה "ואהבתם את הגר" אויף גָאר א שיינעם שטייגער.


במשך דעם יום טוב הָאט דער ציבור אויפגענומען מיט א סּפעציעלן חביבות די חשוב'ע אורחים, צוויי גרי צדק, ערליכע אידן יראים ושלמים ווָאס הָאבן מיט א צייט צוריק געהַא ט די זכי' להכנס תחת כנפי השכינה, אינמיטן די קינדער-הקפות,האט מען ספעציעל ארויסגעצייגט דעם פַאדינטן כבוד פאר די מסירת נפש'דיגע גרי צדק, ווען מען הָאט זיי מכבד געווען לעיני כל מיט א חביבות יתירה. די גרים זענען געשטעלט געווָארן אין די הייעך, און דער חשוב'ער מרביץ תורה הרה"ג רבי הערשל קָאהן שליט"א הָאט מיט פאסיגע ווערטער ארויסגעברענגט פאר די קינדער די מסירות נפש פון די אידן, די קינדער הָאבן דערנאך געזינגען עטליכע ניגונים סּפעציעל לכבוד די חשוב'ע געסט.


ביום שמחת תורה בעפאר די הקפות האט די רבי משמיע געווען דברות קודש פיר מאל, ביי די ערשטע דברות קודש פון שמחת תורה בייטָאג האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט באריכות איבער דעם גרויסן זכות פון "תוספות שבת" און דערביי ארומגערעט בזכותן של ישראל, פון אידן חסידים ואנשי מעשה, וועלכע זענען זיך נוהג מדי שבת בשבתו אז מען לויפט נישט ארויס פונעם שבת אין א געיעג, נָאר מען ציט אויס דעם שבת אויף לענגער ווי מען דַארף, און מען איז מאריך ביי שלש סעודות יותר על המדה, און דערמיט ארומגערעדט מענינו של יום, ווען מען געפונט זיך אום ערב שבת, ווָאס לכבוד יום השבת קודש, דַארף מען א ביסל זיך צואיילן און מקצר זיין מיט די שמחה של מצוה לכבוד היום. אבער בזכות זה ווָאס מען איז מקצר מיט די שמחה של מצוה לכבוד תוספות שבת, וועלן אידן זוכה זיין א ז די שמחה וועט נשלם ווערן במשך דעם גאנצן יאהר.


שטייענדיג פאר די זעקסטע הקפה, הָאט דער רבי שליט"א דערמַאנט מנהג אבותיו הק', צו מאכן די נענועים מיט די ספר תורה, אויפ'ן זעלבן אופן ווי מען מַאכט די נענועים מיטן לולב, און געזאגט אז דאס איז מעורר זכותם של ישראל משּפיע צו זיין א שפע רב פון פרנסה בהרחבה ובניקל, און כדרכו האט די רבי מעורר געווען אויף עניני קדושה, אז פאר די הקפה ווָאס איז מרומז קעגן יוסף הצדיק, איז די צייט זיך מקבל צו זיין, זיין אפגעשיידט פון די טעכנעלָאגישע כלים ווָאס מַאכן אן שרעקליכע חורבנות.


ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט די רבי ארויסגעברענגט רגשי לבבו פון די פייערדיגע הקפות וואס מען האט זוכה געווען מיטצולעבן, נאך די דברות קודש האט מען געזינגן ניגוני שמחה, און עס איז געווען א מחזה הוד, ווען דער רבי שליט"א הָאט זיך ארויסגעלאזט אין א פרישן ריקוד נלהב לכבוד שבת נאך שמחת תורה מיט א געוואלדיגע רגש של שמחה .


ביים טיש שלש סעודות נעילת החג מאריך געווען מיט מערערע ניגונים לכבוד יו"ט, אזוי אויך האט הרה"ח ר' הערשל קאהן הי"ו פארגעזינגען די ניגונים המיוחסים להרה"ק מ'בארדיטשוב זי"ע לכבוד די יארצייט, נאכן בענטשן האט דער רבי משמיע געווען די דברות קודש אויפ'ן מייק, ארויסברעגענדיג די געפילן פונעם געהויבענעם יום טוב וואס אזויפיל אידן האבן געפראוועט און געטאנצן שעות ארוכות און טראץ וואס אונז האמיר נישט אינזין אלעס וואס זיי האבן אינזין געהאט טאנצט מען על דעתם און עס קומען אראפ אלע גוטע השפעות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני יו"ט, דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט די גמרא מסכת ברכות בבלי וירושלמי כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיט א שטארקע התלהבות.


נאך הבדלה איז פארגעקומען דער 'מעמד ברכת הקודש' פארנט פון ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו אנשים נשים וטף. מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דערנאך האט דער רבי געוואונטשן די ברכות הקודש און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען צו מיטנעמען מצות סוכה אין שטוב אריין און זיך פירן בקדושה סיי בעניני צניעות און סיי מיט אלע אנדערע ענינים סיי די מענער און סיי די פרויען און אנגעוואונטשן ברכות לרוב, בביתו נאווה קודש זענען אריין הונדערטער חסידים תושבי ארה"ק און אייראפע זיך צו געזעגענען נאכן וויילן אויף יו"ט בצל הקודש.









































































Commentaires


bottom of page